Between Two Mountains
צװישן צװײ בּערג
by Y. L. Peretz
The full Yiddish text, read sentence by sentence with the English alongside, a click-through dictionary, and a tutor that checks your translation.
פון בּריסקער רב און בּיאַלער רבּין האָט איר אַװדאי געהערט, דאָך נישט אַלע װײסן, אַז דער בּיאַלער צדיק, ר’ נחקע, איז פריער געװעזן דעם בּריסקער רבס אַ תּלמיד מובהק, אַז ער האָט בּײ אים געלערנט אַ שײנע פּאָר יאָר, און דערנאָך ערשט איז ער נעלם געװאָרן, אָפּגעהאַלטן אַ פּאָר יאָר „גלות“, און איז נתגלה געװאָרן אין בּיאַלע.
און אַװעק איז ער מהאי טעמא: מען האָט געלערנט תּורה, נאָר די תּורה, האָט דער רבּי געפילט, איז טרוקענע תּורה...
מען לערנט, למשל, אַ דין פון שאלות נשים, פון בּשר־בּחלב, צי דיני ממונות...
זײער װאױל!
קומט ראובן ושמעון האָבּן אַ דין־תּורה, קומט אַ משרת אַ שאלה פרעגן, אָדער אַן אשה האָט אַ שאלה,— קריגט בּאותה הרגע דאָס לערנען אַ חיות, לעבּט עס אױף און עס האָט אַ ממשלה אױף דער װעלט.
אָבּער אַזױ, אָן זײ, פילט דער רבּי, אַז די תּורה, דאָס הײסט: דער גוף פון דער תּורה, דער נגלה, דאָס, װאָס עס ליגט פון אױבּן אױף — איז טרוקן.
נישט דאָס, האָט ער געפילט, איז תּורת חײם!
— תּורה דאַרף לעבּן!
לערנען אַנדערע קבּלה־ספרים האָט מען אין בּריסק נישט געטאָרט.
דער בּריסקער רב איז געװעזן אַ מתנגד און בּטבע אַ „נוקם ונוטר כּנחש“.
האָט עמיץ אָנגערירט אַ זוהר, אַ פּרדס, פלעגט ער שעלטן, אין חרם אַרײנלײגן!
אײנעם האָט מען געכאַפּט בּײ אַ קבּלה־ספר, האָט ער אים געלאָזט אָפּגאָלן די בּאָרד דורך ערלים!
װאָס קלערט איר?
דער מענטש איז יצא מדעתּו געװאָרן, אין מרה־שחורה אַרײנגעפאַלן.
און, װאָס מער חידוש איז, עס האָט אים שױן קײן גוטער ײד נישט געהאָלפן!
— איר שפּילט אײך מיטן בּריסקער רב! און פונדעסטװעגן, װי פאָרט מען עס אַװעק פון בּריסקער רבס ישיבה?
אַ צײט לאַנג האָט ער זיך טאַקע געשלאָגן מיט דער דעה.
נאָר אײנמאָל האָט מען אים געװיזן אַ חלום.
עס האָט זיך אים געחלומט, אַז דער בּריסקער רב איז צון אים אַרײנגעקומען און געזאָגט: קום, נח, װעל איך דיך פירן אין גן־עדן התּחתּון אַרײן.
און ער האָט אים אָנגענומען בּײ דער האַנט און געפירט.
זײ זײנען געקומען אין אַ גרױסן פּאַלאַץ אַרײן.
אין פּאַלאַץ איז נישט געװעזן, נישט קײן טיר און נישט קײן פענסטער, אױסער די טיר, דורך װעלכער זײ זײנען אַרײנגעגאַנגען.
ליכטיק איז דאָך אין פּאַלאַץ געװעזן, װײל די װענט, װי עס האָט זיך דעם רבּין געדאַכט, זײנען געװען פון קריסטאָל און האָבּן געשלאָגן פון זיך אַלײן אַ ליכטיקן גלאַנץ.
און זײ גײען אַזױ, און גײען און מען זעט נישט קײן סוף.
— האַלט דיך אָן מײן יופּעצע, — מאַכט דער בּריסקער רב — דאָ איז פאַראַנען סאַליעס אין לשער ואין לספּר, און קױם רײסטו דיך אָפּ פון מיר, װעסטו פאַרבּלאָנדזען אױף אײבּיק...
דער רבּי טוט אַזױ, און זײ גײען אַלץ װײטער און װײטער, און אױפן גאַנצן װעג זעט ער נישט קײן בּענקל, קײן שום כּלי־בּית, גאָרנישט!
— דאָ זיצט מען נישט, פאַרטײטשט אים דער בּריסקער רב, נאָר מען גײט אַלץ װײטער און װײטער!
— און ער איז אים נאָכגעגאַנגען.
און אײן זאַל איז גרעסער און ליכטיקער געװעזן פון דעם צװײטן, און די װענט האָבּן געשײנט דאָ מיט דער, דאָ מיט אַן אַנדערער קאָליר; דאָ מיט עטלאַכע, דאָרט מיט אַלערלײ קאָלירן...
נאָר קײן מענטשן האָבּן זײ נישט געטראָפן אױפן װעג...
דער רבּי איז מיד געװאָרן גײענדיק.
עס האָט אים בּאַגאָסן אַ שװײס, אַ קאַלטער שװײס.
קאַלט איז אים אױך געװאָרן אין אַלע אברים.
דערצו הױבּן אים נאָך אָן די אױגן װײ צו טאָן פון בּאַשטענדיקן גלאַנץ...
און עס איז אים אָנגעפאַלן אַ שטאַרקע בּענקשאַפט, אַ בּענקשאַפט צו ײדן, צו חברים, צו כּל ישראל!
אַ קלײניקײט — מען זעט קײן ײד נישט פאַר זיך!...
— בּענק נישט צו קײנעם, — מאַכט דער בּריסקער רב — דאָס איז אַ פּאַלאַץ נאָר פאַר מיר און פאַר דיר... דו װעסט אױך
אַמאָל זײן בּריסקער רב!
און דער רבּי האָט זיך נאָך מער דערשראָקן און אָנגעכאַפּט זיך אָן דער װאַנט, נישט אומצופאַלן.
און די װאַנט האָט אים אָפּגעבּריט!
נאָר נישט װי פײער בּריט, נאָר װי אַײז בּריט!
— רבּי!
— האָט ער אַ געשרײ געטאָן, — די װענט זײנען אײז, נישט קריסטאָל!
פּשוט אײז!
דער בּריסקער רב שװײגט.
און דער רבּי שרײט װײטער: — רבּי, פירט מיך אַרױס פון דאַנען!
איך װיל נישט זײן אַלײן מיט אײך!
איך װיל זײן צוזאַמען מיט כּל ישראל!
און קױם האָט ער עס אַרױסגעזאָגט, איז דער בּריסקער רב נעלם געװאָרן און ער איז געבּליבּן אײנער אַלײן אין פּאַלאַץ.
קײן װעג, װי אױס און װי אַײן, װײסט ער נישט; פון די װענט שלאָגט אױף אים אַ קאַלטער פּחד; און דאָס בּענקשאַפט, צון אַ ײד, צו דערזען אַ ײד, בּאָדײ אַ שוסטער, אַ שנײדער, איז אַלץ בּײ אים שטאַרקער און שטאַרקער געװאָרן.
האָט ער אָנגעהױבּן שטאַרק צו װײנען...
— „רבּונו של עולם, האָט ער זיך געבּעטן, — נעם מיך אַרױס פון דאַנען!
בּעסער אין גיהנם מיט כּל ישראל צוזאַמען.
אײדער דאָ אײנער אַלײן!“ און בּאותו הרגע, האָט זיך אים בּאַװיזן אַ פּראָסט ײדל, מיט אַ רױטן בּעל־עגלהשן גאַרטל אױף די לענדן, און אַ לאַנגער בּײטש אין דער האַנט.
דאָס ײדל האָט אים, שװײגנדיק, אָנגענומען בּײם אַרבּל, אַרױסגעפירט פון פּאַלאַץ, און איז — פאַרשװאונדן געװאָרן.
אַזאַ חלום האָט מען אים געװיזן!
אַז ער האָט זיך אױפגעכאַפּט פאַרטאָג, קױם װאָס עס האָט אָנגעהױבּן גראָען, האָט ער פאַרשטאַנען, אַז עס איז נישט קײן פּראָסטער חלום געװעזן.
ער האָט זיך געשװינד אָנגעטאָן און געװאָלט לױפן אין בּית־המדרש אַרײן, לאָזן זיך פּותר חלום זײן פון די לומדים, װאָס נעכטיקן אין בּית־המדרש.
דורכגײענדיק דעם מאַרק, האָט ער אָבּער דערזען אַ שטײענדיקע בּױד, אַן אײנגעשפּאַנטע גרױסע, פאַרצײטישע בּױד,
און בּײ דער בּױד איז געשטאַנען אַ בּעל־עגלה, מיט אַ רױטן גאַרטל אַרום די לענדן, אַ לאַנגע בּײטש אין דער האַנט, און פּונקט אַזאַ ײדל, װי דער, װאָס האָט אים אין חלום אַרױסגעפירט פון פּאַלאַץ.
שטױסט ער זיך, אַז „דברים בּגו“; גײט ער צו און פרעגט: — װאו אַהין פאָרט אַ ײד?
— נישט דײן װעג!
ענטפערט דער בּעל־עגלה גאָר גראָבּ.
— פאָרט?
— בּעט ער זיך, — אפשר װעל איך מיטפאָרן!
דער בּעל־עגלה האָט זיך אַ בּיסל פאַרטראַכט און דערנאָך געענטפערט: — און צו פוס, — זאָגט ער — קען אַזאַ בּחור נישט גײן?
גײ דיר דײן װעג!
— און װאו אַהין זאָל איך גײן?
— װאו די אױגן װעלן דיך טראָגן, — ענטפערט דער בּעל־עגלה און דרײט זיך אָפּ, — מײן דאגה!
דער רבּי האָט פאַרשטאַנען, און האָט זיך געלאָזט אין גלות אַרײן!
װי געזאָגט, נתגלה איז ער געװאָרן עטליכע יאָר שפּעטער אין בּיאַלע.
(עד מפּי עד, װי אַזױ עס איז געװעזן, דערצײל איך נישט, כאָטש עס איז מױל און אױערן אױפצושטעלן!) און, לערך אַ יאָר נאָך זײן התגלות, האָט מיך אַ,בּיאַלער בּאַלעבּאָס, ר’ יחיאל האָט ער געהײסן, אַראָפּגעבּרענגט צו זיך פאַר אַ מלמד.
לכתּחילה האָבּ איך אַפילו נישט געװאָלט אָננעמען דאָס מלמדות.
ר’ יחיאל, מוזט איר װיסן, איז געװעזן אַן עושר, אַ פאַרצײטישער, אָנגעשטאָפּטער עושר.
די טעכטער פלעגט ער געבּן צו טױזנט רענדליך נדן און טאָן מיט די גרעסטע רבּנים, און זײן לעצטע שנור איז געװעזן טאַקע דעם בּריסקער רבס טאָכטער!
פאַרשטײט איר דאָך אַלײן, אַז אױבּ דער בּריסקער רב מיט די רעשט מחותּנים זײנען חולקים, מוז ר’ יחיאל אױך זײן אַ חולק...
און איך בּין דװקא אַ בּיעלער חסיד, נו — װי לאָזט מען זיך אין אַזאַ הױז אַרײן?
האָט עס מיך אָבּער פאָרט געצױגן קײן אַע קלײנע קײט — מיטן רבּין אין אײן שטאָט!
געקלערט אַהין, געקלערט אַהער, איך פאָר!
און ר’ יחיאל אַלײן, האָט זיך אױסגעװיזן, איז אַן אמת פּשוטער, כּשרער ײד, איך בּין אײך אפילו ערב, אַז זײן האַרץ האָט געצױגן צו אַ רבּין װי מיט צװאַנגען.
װאָרים בּאמת, קײן למדן איז ער נישט געװעזן, אױפן בּריסקער רב פלעגט ער אװדאי קוקן װי אַ האָן אױפן בּני אדם!
װערט ער מיר נישט צו האַלטן זיך אין בּיאַלער רבּין, נאָר ער אַלײן איז זיך מתרחק.
אַז איך דערצײל עפּעס פון רבּין, מאַכט ער זיך געניצן, כאָטש די אױערן, זע איך, שפּיצט ער אױף.
נאָר דער זון זײנער, דעם בּריסקער רבס אײדים, דער קנײטשט אײן דעם שטערן, קוקט אױף מיר מיט כּעס און ליצנות צוזאַמען, נאָר שפּאַרן שפּאַרט ער זיך נישט; ער פלעגט בּטבע װײניק רײדן.
ױהי היום, — ר’ יחיאלס שנור, דעם בּריסקער רבס טאָכטער, דאַרף גײן צו קינד!
דאַכט זיך, מאַלע אַ װײבּל גײט צו קינד?
איז אָבּער אַ מעשה דערבּײ!
געװאוסט האָט מען, אַז דער בּריסקער רב, װײל ער האָט אַ חסיד אָפּגעגאָלט, דאָס הײסט: געהײסן אָפּגאָלן בּאָרד און פּאות, איז ניזוק געװאָרן פון די צדיקי הדור.
בּײדע צװײ זין זײנען אים, לא עליכם, בּמשך אַ 5—6 יאָר נפטר געװאָרן, און אַלע זײנע דרײ טעכטער האָבּן קײן בּנים זכרים נישט געהאַט.
דערבּײ איז נאָך יעדע פון זײ געװעזן, רחמנא ליצלן, אַ מקשה לילד, בּשעת מעשה געװעזן יעדעס מאָל מער דאָרטן װי דאָ!
אַז מען האָט אָבּער מן השמים געװאָלט, עס זאָל זײן מחלוקת, האָבּן אַלע געזען און געװאוסט, אַז עס איז אַן עונש פון די צדיקי הדור אױפן בּריסקער רב, נאָר ער אַלײן, מיט זײנע ליכטיקע אױגן, האָט עס נישט געזען!
און אפשר — נישט געװאָלט זען!
ער האָט װײטער געפירט זײן התנגדות בּיד חזקה — מיט חרמות און תּקיפות פון אנשי חײל, װי אין יענע צײטן...
מיר איז גיטעלע (אַזױ האָט זי, דעם בּריסקער רבס טאָכטער, געהײסן) בּאמת אַ שאָד געװעזן, זײער אַ שאָד געװעזן.
ערשטנס — אַ ײדישע נשמה; צװײטנס — אַ ײדישע, כּשרע נשמה, עס איז נאָך אַזאַ צדקת, אַזאַ כּשרע זאַך אױף דער װעלט נישט געװעזן...
קײן אײנציקע אָרימע כּלה האָט אָן איר הילף נישט חתונה געהאַט; אַזאַ זײדענע בּריאה!
און דאָס דאַרף געשטראָפט װערן פאַרן פאָטערס כּעס!
און דעריבּער, אַזױ װי איך האָבּ נאָר בּאַמערקט, אַז די בּאָבּע הײבּט זיך אָן דרײען אין שטובּ, האָבּ איך שױן אָנגעהױבּן אַרבּעטן אױף אַלע כּלים, מען זאָל שיקן צום בּיאַלער רבּין...
זאָל זײן אַ קװיטל אָן אַ פּדיון, בּאשר — ער דאַרף נײטיק פּדיונות!...
דער בּיאַלער רבי האָט גאָר װײניק געהאַלטן פון פּדיונות!
מיט װעמען אָבּער רעדט מען?
איך פּרוב מיטן בּריסקער רבס אײדים, און, איך װײס — אַז ממש נפשו קשורה בּנפשה, װאָרן, װי ער האָט זיך נישט בּאַהאַלטן, האָט עס דאָס שלום־בּית אַרױסגעשמעקט פון יעדן װינקעלע, פון אַלע זײערע תּנועות און הױות, — איז ער דאָך אָבּער דעם בּריסקער רבס אײדים!
שפּײט ער אױס, גײט ער אַװעק און לאָזט מיך שטײן מיט אַן אָפן מױל.
נעם איך מיך צו ר’ יחיאלן אַלײן, ענטפערט ער מיר: עס איז דעם בּריסקער רבס טאָכטער!
איך װעל עס אים, דעם בּריסקער רב, נישט טאָן, אפילו בּײ סכּנות־נפשות, חס ושלום!
פּרוב איך מיך מיט זײן פּלוניתטע—אַ כּשרע ײדענע, נאָר אַ פּראָסטע,— ענטפערט זי מיר כּהאי לישנא: זאָל מײן מאַן הײסן, שיק איך בּאַלד צום רבּין מײן יום־טובדיק שטערנטיכל מיט די אױרינגלאַך; אַ מטמון מיט געלט האָט עס געקאָסט!
נאָר אָן מײן מאַן, נישט קײן פּחות משוה פּרוטה — נישט אַ פּיפּיץ!
— אָבּער אַ קװיטל...
װאָס שאַדט אַײך אַ קװיטל?
— אָן מײן מאַנס װיסן, גאָרנישט!
ענטפערט זי, טאַקע װי אַ כּשרע ײדענע דאַרף ענטפערן, און דרײט זיך אָפּ פון מיר און איך זע, אַז זי װיל נאָר בּאַהאַלטן די טרערן, — אַ מאַמע!
לב יודע — איר האַרץ האָט שױן געפילט די סכּנה...
אַז איך האָבּ אָבּער געהערט דעם ערשטן געשרײ, בּין איך אַלײן געלאָפן צום רבּין.
— שמעיה, — ענטפערט ער מיר, — װאָס זאָל איך טאָן? איך װעל מתפּלל זײן!
— גיט מיר רבּי, — בּעט איך, — פאַר דער יולדת, װאָס עס איז — אַ שמירהלע, אַ מטבּע, אַ קמיעאלע...
װאָס עס איז גיט מיר...
— עס װעט, חס ושלום, ערגער מאַכן, — ענטפערט ער, — אָן אמונה שאַדטן אַזױנע זאַכן, און זי האָט דערינען קײן אמונה נישט...
װאָס האָבּ איך געקאָנט טאָן?
עס איז די ערשטע טעג סוכּות, זי איז מקשה לילד, העלפן קען איך נישט, בּלײבּ איך שױן בּעסער בּײם רבּין אין שטובּ.
אַ בּן־בּית בּין איך געװעזן, טראַכט איך מיר, איך װעל קוקן יעדער רגע מיט געבּעט צום רבּין, אפשר װעט ער זיך מרחם זײן...
הערן הערט זיך, אַז עס איז נישט גוט.
דעם דריטן טאָג שטײען שױן די װײען...
מען האָט שױן אַלץ געטאָן, װאָס מען האָט געקענט; די שול אײנגעריסן, קברים געמאָסטן, הונדערטער פונט ליכט אױסגעבּרענט אין שול, אין בּתּי־מדרשים, הײנט צדקה — אַ מטמון!...
עס איז דען נאָכצודערצײלן?
אַלע קלײדערשענק זײנען געשטאַנען אָפן; אַ בּאַרג מיט אַלערלײ מטבּעות איז געלעגן אױפן טיש, און אָרימעלײט זײנען אַרײנגעקומען און גענומען, װער עס װיל, װאָס ער װיל, װיפיל ער װיל!
עס האָט מיך שטאַרק אָנגעכאַפּט דאָס האַרץ.
— רבּי—זאָג איך, עס שטײט דאָך: צדקה תּציל ממות.
און ער ענטפערט מיר, שלא ממין הטענה, דאַכט זיך: — אפשר װעט קומען דער בּריסקער רב!
און בּאותו הרגע קומט אַרײן ר’ יחיאל!
צום רבּין רעדט ער נישט, גלײך ער װאָלט אים נישט געזען, נאָר — — שמעיה, זאָגט ער צו מיר, און כאַפּט מיך אַן בּײם לאַץ, הינטן שטײט אַ פור, גײ זעץ דיך אױף און פאָר צום בּריסקער רב, זאָל ער קומען...
און געפילט האָט ער שױן, אַפּנים, אין װאָס עס גײט, װאָרים צוגעגעבּן האָט ער: — זאָל ער אַלײן זען, װאָס עס טוט זיך!
זאָל ער זאָגן, װאָס צו טאָן!
און אַפּנים האָט ער געהאַט, װאָס זאָל איך אַײך זאָגן, — מתים זײנען שענער פאַר אים!
מילא, פאָר איך!
טראַכטן, טראַכט איך מיר, אַז אױבּ דער רבּי װײסט, אַז ער װעט קומען, װעט שױן עפּעס דערפון אַרױס!
אפשר נאָך אַ שלום!
דאָס הײסט: נישט צװישן בּריסקער רב מיטן בּיאַלער רבּין, זײ אַלײן האָבּן קײן מחלוקת נישט געפירט, נאָר צװישן די צדדים בּכלל!
װאָרים בּאמת, אַז ער װעט קומען, װעט ער דאָך זען!
אױגן האָט ער דאָך!
נאָר מן השמים, אַפּנים, לאָזט מען אַזאַ זאַך אַזױ געשװינד נישט צו.
מן השמים האָט מען מיט מיר מלחמה געהאַלטן.
קױם בּין איך אַרױסגעפאָרן פון בּיאַלע, גיט זיך איבּערן הימל אַ יאָג אַ כמאַרע, אָבּער װי הײסט אַ כמאַרע!
אַ שװאַרצער שװערער װאָלקן, ממש װי אַ סמאָלע, און אַ בּלאָז האָט פּלוצים געטאָן, גלײך עס װאָלטן רוחות געפלױגן און פון אַלע זײטן מיט, אַמאָל.
אַ פּױער, להבדיל, פאַרשטײט זיך אױף אַזױנע זאַכן, צלמט ער זיך און זאָגט, אַז עס װעט זײן, חס־ושלום, אַ שװערער װעג, און װײזט מיר מיט דער בּײטש אין הימל אַרײן...
תּוך כּדי דבּור מאַכט זיך נאָך אַ שטאַרקערער װינט, ער צערײסט די כמאַרע, ממש װי מען צערײסט אַ שטיק פּאַפּיר, און הײבּט אָן צו יאָגן און צו טרײבּן אײן שטיק כמאַרע אױף דער צװײטער אײנע אױף דער צװײטער, גלײך ער װאָלט קריעס געטריבּן אױף אַ טײך.
איך האָבּ שױן איבּערן קאָפּ צװײ שטאָק און דרײ שטאָק כמאַרע.
לכתּחילה האָבּ איך אפילו קײן מורא נישט געהאַט: אױסגענעצט װערן איז בּײ מיר קײן נײס נישט געװעזן און פאַר דונערן שרעק איך מיך נישט.
ערשטנס, דונערט נישט סוכּות־צײט, און צװײטנס — נאָכן רבּינס שופר־בּלאָזן!
מיר האָבּן אַ קײמא־לן,
אַז נאָך אַזאַ שופר־בּלאָזן האָט אַ גאַנץ יאָר קײן דונער קײן שליטה נישט!
אַז עס האָט אָבּער ראַפּטום געגעבּן אַ פּיאָסק מיר אין פּנים אַרײן, װי מיט אַ בּײטש...
אײן מאָל, דאָס צװײטע מאָל, דאָס דריטע מאָל...
איז מיר טאַקע דער מוטערס מילך אַנטפאַלן!
איך האָבּ געזען בּחוש, אַז דער הימל פּאַטשט מיך, אַז מען טרײבּט מיך צוריק!
און דער פּױער, להבדיל, בּעט זיך אױך: לאָמיר צוריקפאָרן.
איך װײס אָבּער, עס איז סכּנות־נפשות.
איך זיץ אױף דער פור, און, אינם שטורים, הער איך, װי די יולדת קרעכצט, װי דעם בּריסקער רבס אײדימס פינגער קנאַקן; ער בּרעכט זיך די הענט; אױך זע איך פאַר מיר ר’ יחיאלס שװאַרצס פּנים מיט די אַײנגעפאַלענע, בּרענענדיקע אױגן!
פאָר, בּעט ער מיך, — פאָר — און מיר פאָרן.
און דאָ גיסט און גיסט, עס גיסט פון אױבּן, עס שפּריצט פון אונטער די רעדער, און פון אונטער די פערדס פיס.
און דער װעג װערט אינגאַנצן פאַרגאָסן, ממש בּאַדעקט מיט װאַסער.
איבּערן װאַסער גײט אַ פּיאַנע.
די פור, דאַכט זיך, הײבּט שױן אָן שװימען — — װאָס זאָל איך אײך דערצײלן?
מיר האָבּן נאָך דערצו געבּלאָנדזעט...
נאָר אױסגעהאַלטן האָבּ איך!
מיטן בּריסקער רב בּין איך געקומען אױף הושענא־רבּה!
נאָר, דעם אמת צו זאָגן, אַזױ װי דער בּריסקער רב האָט זיך אַרױפגעזעצט אױף דער פור, איז שטיל געװאָרן!
די כמאַרע האָט זיך איבּערגעריסן, פון שפּאַלט האָט זיך אַרױסגעװיזן די זון, און מיר זײנען בּשלום שײן און טרוקן אַרײנגעפאָרן קײן בּיאַלע.
דער פּױער, להבדיל, האָט עס אפילו בּאַמערקט און געזאָגט אױף זײן לשון: װילקי ראַבּין צי דיוזשי ראַבּין!...
נאָר דער עיקר איז געװעזן אונזער אַרײנקומען!
װי די הײשעריקן זײנען צו אים צוגעפאַלן די װײבּער װאָס זײנען אין שטובּ געװעזן...
כּמעט אױפן פּנים זײנען זײ פאַר אים געפאַלן און געװײנט...
די יולדת פון דער צװײטער שטובּ הערט מען נישט, אָדער דורכן געװײן פון די װײבּער, אָדער, טראַכט איך, זי האָט שױן, חס־ושלום, קײן כּוח נישט צו קרעכצען...
ר’ יחיאל האָט אונז אפילו נישט געזען, ער איז געשטאַנען אַרײנגעדריקט מיטן שטערן אין אַ שױבּ, דער קאָפּ האָט אים אַפּנים געבּרענט...
דעם בּריסקער רבס אײדים דרײט זיך אױך נישט איבּער דערלאַנגען שלום.
ער שטײט מיטן פּנים צו דער װאַנט, און איך זע בּחוש, װי דער גוף זײנער ציטערט און װי דער קאָפּ קלאַפּט אָן דער װאַנט!...
איך האָבּ געמײנט, איך פאַל!
אַזױ האָט מיך דער צער און די שרעק דורך און דורך גענומען.
עס איז מיר קאַלט געװאָרן אין אַלע אברים, איך האָבּ געפילט, אַז די נשמה װערט אין מיר קאַלט!...
נאָר, צי האָט איר געקענט דעם בּריסקער רב?
דאָס איז געװעזן אַ מענטש—אַן עמוד בּרזל, זאָג איך אַײך?
אַ הױכער־הױכער ײד, טאַקע „משכמו ומעלה“...
אַן אימה האָט ער געװאָרפן, װי אַ מלכות!
— אַ װײסע לאַנגע בּאָרד, אײן שפּיץ, געדענק איך נאָך װי הײנט, האָט זיך אים אַרײנגערוקט אונטערן גאַרטל, דער צװײטער שפּיץ־בּאָרד ציטערט איבּערן גאַרטל..
בּרעמען — װײסע, דיקע, לאַנגע — אַ האַלבּ פּנים האָבּן זײ אים פאַרשטעלט.
און, אַז ער האָט זײ אױפגעהױבּן — רבּונו של עולם!
די נשים זײנען ממש צוריקגעפאַלן, װי פון אַ דונער צוריקגעװאָרפן, אַזױנע אױגן האָט ער געהאַט!
— חלפים, בּלאַנקע חלפים האָבּן אין זײ געבּליצט!
און אַ געשרײ האָט ער געטאָן װי אַ לײבּ: אַװעק נשים!
דערנאָך האָט ער שטילער און אײדעלער געפרעגט: — און װאו איז מײן טאָכטער?
מען האָט אים געװיזן.
ער איז אַרײנגעגאַנגען, און איך בּין געבּליבּן שטײן ממש אַרױס פון די כּלים: אַזױנע אױגן, אַזאַ בּליק, אַזאַ קול!
עס איז גאָר אַן אַנדערער דרך, אַן אַנדערע װעלט!
דעם בּיעלער רבּינס אױגן לײַכטן אַזױ גוט, אַזױ שטיל, עס קומט ארײן אַ חיות אין האַרץ; ער װאַרפט אױף דיר אַ בּליק, האָט ער דיך מיט גאָלד בּאַשיט...
און זײן קול, דאָס זיסע קול, דאָס סאַמעטן זיסע קול — רבּונו של עולם, — בּײם האַרץ כאַפּט עס אָן, בּײם האַרץ גלעט עס אַזױ שטיל, אַזױ מחיהדיק...
נישט קײן מורא, חס ושלום, האָט מען פאַר’ן, נאָר די נשמה צעגײט אין ליבּשאַפט, אין מתיקות פון ליבּשאַפט.
זי װיל אַרױס פון גוף און בּאַהעפטן זיך מיט זײן נשמה...
זי רײסט זיך, װי, להבדיל, אַ זומערפליגעלע צו אַ העלער פלאַם!...
און דאָ — רבּונו של עולם: אימה ופחד!
אַ גאון, אַ פאַרצײטישער גאון!
און ער גײט אַרײן צו אַ יולדת!
„ער װעט פון איר מאַכן, — שרעק איך מיך — אַ גל־של עצמות!“ לױף איך צום רבּין.
און דער־ רבּי בּאַגעגנט מיך בּאַלד אין טיר מיט אַ שמײכל: — האָסט געזען, מאַכט ער, כּבוד התּורה?
רײנעם כּבוד התּורה?
איך האָבּ מיך בּאַרואיקט.
אַז דער שמײכלט, טראַכט איך, איז גוט!
— און עס איז טאַקע גוט געװעזן.
שמיני עצרת איז זי איבּערגעקומען.
שמחת־תּורה האָט שױן דער בּריסקער רב געזאָגט תּורה בּײם טיש.
איך האָבּ געװאָלט אפילו ערגיץ אַנדערש זײן בּײם טיש, נאָר איך האָבּ מורא געהאַט.
בּפרט, אַז מיט מיר איז געװעזן אַ מנין...
מען װעט בּענטשן נברך אלהינו...
מילא, װאָס זאָל איך אַײך דערצײלן?
דעם בּריסקער רבס תּורה?
אױבּ די תּורה איז אַ ים, איז ער געװעזן דער לױתן אין ים, — מיט אײן תּנועה גיט ער אַ שװים דורך צען מסכתּות; מיט אײן תּנועה מישט ער אױס ש“ס ופּוסקים!
אַז עס הילכט און שפּריצט, זידט און קאָכט, טאַקע, װי מען דערצײלט פון אמתן ים...
דעם קאָפּ האָט ער מיר צעשרױפט...
נאָר „לב יודע מרת נפשו“! דאָס האַרץ מײנס האָט פאָרט נישט געהאַט קײן שמחת יום־טוב!
און דעמאָלט האָבּ איך מיר דערמאָנט אין רבּינס חלום...
און איך בּין פאַרשטאַרט געװאָרן! די זון איז געלעגן אין פענסטער, װײן האָט בּײם טיש נישט געפעלט, דער גאַנצער עולם, זע איך, שװיצט, און מיר?
מיר איז געװעזן קאַלט, קאַלט װי אײז!
און דאָרטן, האָבּ איך געװאוסט, זאָגט מען אַנדערע תּורה...
דאָרטן איז ליכטיק און װאַרים...
יעדעס װאָרט איז דורכגעװעבּט און דורכגעװײקט מיט אהבה און דבקות...
מלאכים, פילט מען, פליען אַרום שטובּ; ממש מען הערט, װי עס רױשן די גרױסע, װײסע פליגל...
אַי, רבּונו של עולם!
נאָר אַװעקגײן טאָר מען נישט!
פּלוצלונג האַקט ער איבּער, דער בּריסקער רב, און גיט אַ פרעג: — װאָס פאַר אַ רבּין האָט איר עס דאָ?
— אײנעם, אַ נח, ענטפערט מען אים.
מילא, שנײדט עס מיך בּײם האַרץ!
„אײנעם, אַ נח“ — אַך, די חנופה, די חנופה!
— אַ בּעל־מופת?
פרעגט ער װײטער.
— װײניק, מען הערט נישט.
װײבּער אפילו דערצײלן, נאָר װער הערט זײ?
ער נעמט אַזױ געלט, אָן מופתים...
זאָגט מען אים שױן דעם אמת, אַז געלט נעמט ער װײניק און גיט אַ סך אַװעק.
דער בּריסקער רב פאַרקלערט זיך.
— און לערנען קען ער?
— מען זאָגט — אַ גדול!
— פונװאַנען איז ער, דער נח?
קײנער װײסט נישט, און איך מוז ענטפערן.
מאַכט זיך שױן אַ שמועס צװישן מיר מיטן בּריסקער רב.
— איז ער נישט, דער נח, אַמאָל אין בּריסק געװעזן?
פרעגט ער.
— צי דער רבּי, שטאַמל איך, איז געװעזן אין בּריסק?
דאַכט זיך — יאָ!
— אַ!
מאַכט ער — אַ חסיד זײנער!
און עס האָט זיך מיר געדאַכט, אַז ער האָט אױף מיר אַ קוק געטאָן װי אױף אַ שפּין.
און ער האָט זיך איבּערגעדרײט צום עולם:
— בּײ מיר, — זאָגט ער, — איז אַמאָל געװעזן אַ תּלמיד „נח“...
אפילו אַ גוט קעפּל, נאָר עס האָט אים געצױגן אין יענע זײט אַרײן — — איך האָבּ אים אײנמאָל געזאָגט, צװײ מאָל..
איך האָבּ אים געװאָלט זאָגן צום דריטן מאָל, מזהיר זײן, איז ער מיר נעלם געװאָרן...
צי איז עס נישט דער?
— װער װײסט?
און ער הײבּט אָן אױסמאָלן: אַ דאַרער, אַ קלײנער, אַ שװאַרץ בּערדל, שװאַרצע געקרײזלטע פּאות, אַ פאַרטראַכטער, אַ שטיל קול און דערגלײכן.
— עס קען זײן, זאָגט דער עולם, אַז דאָס איז ער; קרוב לאמת!
איך האָבּ שױן גאָט געדאַנקט, אַז מען האָט אָנגעהױבּן בּענטשן.
נאָר נאָך דעם בּענטשן איז געשען אַזױנס, װאָס עס האָט זיך מיר גאָרנישט געקאָנט חלומען.
דער בּריסקער רב הײבּט זיך אױף פון בּענקל, רופט מיך אַװעק אין אַ זײט און זאָגט מיר שטילערהײט: פיר מיך צו דײן רבּין און מײן תּלמיד.
נאָר, הערסט, — קײנער זאָל נישט װיסן!
מן הסתּם פאָלג איך, נאָר אױפן װעג פרעג איך אים מיט שרעק: — בּריסקער רב, זאָג איך, מיט װאָס פאַר אַ כּונה
גײט איר?
און ער ענטפערט מיר פּשוט: — עס איז מיר אײנגעפאַלן בּײם בּענטשן, אַז איך בּין בּיז אַהער געװעזן אַ דן שלא בּפניו...
זען װיל איך, איך װיל אַלײן זען, און אפשר — האָט ער שפּעטער צוגעגעבּן — װעט מיר גאָט העלפן, איך װעל אַרױסראַטעװען מײנס אַ תּלמיד.
— װײסט, שײגעץ, — מאַכט ער װײטער מיט הלצה, — אַז אױבּ דײן רבּי איז דער נח, װאָס האָט בּײ מיר געלערנט, קען ער זײן אַ גדול בּישראל, אַ בּריסקער רב אַמאָל!
אַצונד האָבּ איך שױן זיכער געװאוסט, אַז דאָס איז ער, און דאָס האַרץ האָט ערשט אָנגעהױבּן צאַפּלען...
און די צװײ בּערג האָבּן זיך צוזאַמענגעטראָפן...
אַז איך בּין אין דער מיט נישט געבּליבּן אױפן אָרט, איז טאַקע אַ נס מן השמים.
דער בּיעלער רבּי, זכרונו לברכה, פלעגט שמחת־תּורה אַרױסשיקן די חסידים שפּאַצירן אַרום דער שטאָט, און ער אַלײן איז זיך געזעסן אױפן גאַניקל, און געקוקט, און מקבּל נחת געװעזן...
עס איז נישט געװעזן הײנטיק בּיאַלע.
עס איז געװעזן דעמאָלט גאָר אַ קלײן שטעטל.
סאַמע קלײנע, נידעריקע, געבּױטע הײזלאַך; אױסער דער שול מיטן רבּינס בּית־המדרש.
דעם רבּינס גאַניקל איז געװעזן אױפן צװײטן שטאָק און מען האָט פון גאַניקל אַלץ געזען װי אױף דער האַנט — די בּערגליך פון מזרחזײט, דעם טײך פון מערב...
— — און דער רבּי זיצט אױפן גאַניקל און קוקט.
דערזעט עטלאַכע חסידים װאָס גײען און שװײגן, װאַרפט ער זײ אַראָפּ פון דער הױך אַ התחלה פון אַ ניגון.
זײ כאַפּן אונטער און גײען שױן װײטער זינגענדיק — — און כּיתּות, כּיתּות גײען פאַרבּײ, און לאָזן זיך אַרױס פון שטאָט, מיט געזאַנג, מיט אמתער פרײד, מיט אמתער שמחת־תּורה..
און דער רבּי פלעגט זיך נישט רירן פון גאַניקל.
דעמאָלט אָבּער האָט דער רבּי, אַפּנים, דערהערט אַנדערע טריט, האָט ער זיך אױפגעהױבּן און איז אַקעגן געגאַנגען דעם בּריסקער רב.
— שלום עליכם, רבּי, מאַכט ער מיט עניװת און מיט זײן זיס קול.
— עליכם שלום, נח! — האָט דער בּריסקער רב געענטפערט.
— זיצט, רבּי!
דער בּריסקער רב זעצט זיך און דער בּיאַלער רבּי שטעלט זיך פאַר אים.
— זאָג נאָר, נח!
— מאַכט דער בּריסקער רב מיט אױפגעהױבּענע בּרעמען, — װאָס בּיסטו עס אַנטלאָפן פון מײן ישיבה?
װאָס האָט דיר דאָרטן געפעלט?
— עס האָט מיר, רבּי, —— ענטפערט ער געלאַסן, — אָטעם פאַרפעלט...
איך האָבּ נישט געקאָנט דעם אָטעם כאַפּן...
— װי הײסט?
װאָס רעדסטו, נח?
— נישט מיר, — פאַרטײטשט דער רבּי מיט אַ שטיל קול, — נאָר מײן נשמה האָט אָטעם פאַרפעלט...
— פאַרװאָס, נח?
— אַײער תּורה, רבּי, איז סאַמע דין, אָן רחמים איז זי, אָן אַ פונק חסד איז אײער תּורה!
און דעריבּער איז זי אָן שמחה, אָן פרײען אָטעם...
סאַמע בּרזל ונחושת, אײזערנע חוקים, קופּערנע דינים...
און סאַמע הױכע תּורה, פאַר לומדים, פאַר יחידי סגולה!...
דער בּריסקער רב שװײגט און דער רבּי זאָגט װײטער: און זאָגט מיר, רבּי, װאָס האָט איר פאַרן כּלל־ישראל?
פאַרן האָלץ־העקער, פאַרן קצב, פאַרן בּעל־מלאכה, פאַרן פּראָסטן ײד?...
בּפרט — פאַר אַ זינדיקן ײד?
װאָס, רבּי, האָט איר פאַר נישט לומדים?
דער בּריסקער רב שװײגט, גלײך ער פאַרשטײט נישט, װאָס מען רעדט צו אים.
און דער בּיעלער רבּי שטײט אַלץ פאַר אים און זאָגט װײטער מיט זײן זיס קול: — זײט מיר מוחל, רבּי, נאָר דעם אמת מוז איך אַײך זאָגן...
האַרט איז געװעזן אײער תּורה, האַרט און טרוקן, װײל זי איז נאָר דער גוף און נישט די נשמה פון דער תּורה!
— די נשמה?
פרעגט דער בּריסקער רב און רײבּט זיך דעם הױכן שטערן.
— אװדאי!
אַײער תּורה, רבּי, האָבּ איך געזאָגט, איז נאָר פאַר יחידי סגולה, פאַר למדנים, נישט פאַר כּל ישראל.
און די תּורה מוז זײן פאַר כּל ישראל! די שכינה מוז רוען אױף כּל ישראל! װאָרן די תּורה איז די נשמה פון כּל ישראל! — און דײן תּורה, נח?
— איר װילט זי זען, רבּי?
— תּורה — זען?
װאונדערט זיך דער בּריסקער רב.
— קומט, רבּי, איך װעל זי אײך װײזן!...
איך װעל אײך איר גלאַנץ װײזן;
די שמחה, װאָס שטראַלט אַרױס פון איר אױף אַלע, אױף כּל ישראל!
דער בּריסקער רב רירט זיך נישט.
— איך בּעט אײך, רבּי, קומט, נישט װײט!
ער האָט אים אַרױסגעפירט אױפן גאַניקל.
שטילערהײט בּין איך זײ נאָכגעגאַנגען.
דער רבּי האָט דאָך דערפילט: מעגסט נאָכגײן, — מאַכט ער, — שמעיה, הײנט װעסטו אױך זען...
דער בּריסקער רב װעט אױך זען...
שמחת תּורה װעט איר זען...
איר װעט זען, אמתע שמחת תּורה!
און איך האָבּ געזען דאָס אײגענע, װאָס אַלע שמחת־תּורה, נאָר איך האָבּ אַנדערש געזען...
װי אַ פאָרהאַנג איז מיר אַװעקגעפאַלן פון די אױגן.
אַ גרױסער, בּרײטער הימל — ממש אין־סוף, און בּלאָ, אַזױ העל־בּלאָ איז דער הימל געװעזן, אַז עס האָט מחיה געװעזן דאָס אױג.
איבּערן הימל זײנען געשװאומען װײסע, ממש זילבּערנע, װאָלקנדלאַך, און אַז מען האָט זיך אין זײ אײנגעקוקט, האָט מען געזען, װי זײ ציטערן ממש פאַר פרײד, װי זײ טאַנצן אונטער מיט שמחת תּורה!
הינטען װײטער האָט אַרומגענומען די שטאָט אַ גרינער, בּרײטער גאַרטל, אַ טונקל־גרינער, נאָר דאָס גרינע איז געװעזן לעבּעדיק גרין, אַזױ לעבּעדיק, גלײך עס װאָלט אַ „חיות“ אַרומגעפלױגן צװישן די גראָזן; װאָס אַ מאָל, האָט זיך געדאַכט, פלאַמט ערגעץ אַנדערש אױס אַ חיות, אַ געשמאַק, אַ לעבּן; — מען האָט געזען בּחוש, װי די פלעמלעך שפּרינגען און טאַנצן צװישן די גרעזעלעך...
גלײך זײ האַלזן זײ און קושן זײ...
און אױף די לאָנקעס מיט די פלעמלעך האָבּן זיך אַרומגעדרײט כּיתּות און כּיתּות פון חסידים...
די אַטלעסענע און אַפילו די לאַסטינגענע קאַפּאָטעס האָבּן געבּלאַנקט װי די שפּיגל, די צעריסענע װי די גאַנצע...
און די פלעמלעך, װאָס האָבּן זיך אַרױסגעריסן פון צװישן די גרעזעלעך, האָבּן זיך געכאַפּט און געציעפּעט אָן די שפּיגלדיקע בּגדי יום־טוב, און עס האָט זיך געדאַכט,
אַז זײ טאַנצן אַרום יעדן חסיד, מיט התלהבות, מיט ליבּשאַפט...
און אַלע כּיתּות חסידים האָבּן געקוקט מיט װאונדערלאַך דאָרשטיקע אױגן אַרױף צום רבּינס גאַניקל...
און די דאָרשטיקע אױגן, האָבּ איך געזען ממש בּחוש, זױגן פון גאַניקל, פון רבּינס פּנים, די ליכט, און װאָס מער ליכט זײ האָבּן געזױגן, העכער געזונגען האָבּן זײ...
אַלץ העכער און העכער...
אַלץ לוסטיקער, אַלץ הײליקער...
און יעדע כּיתּה האָט זיך געזונגען איר ניגון, נאָר אין דער לופט האָבּן זיך די אַלע ניגונים מיט אַלע קולות אױסגעמישט; און צום רבּינס גאַניקל איז צוגעקומען אײן זמר, אײן ניגון...
גלײך אַלע זינגען אײן זמר.
און אַלע זינגען — דער הימל זינגט, די גלגלים זינגען, און די ערד פון אונטן זינגט, און די נשמה פון דער װעלט זינגט — — — אַלץ זינגט!
רבּונו של עולם!
איך האָבּ געמײנט איך צעגײ אין מתיקות...
עס איז אָבּער נישט בּאַשערט געװעזן.
— מען דאַרף מנחה דאַװנען!—האָט פּלוצים דער בּריסקער רב אַרױסגעזאָגט שאַרף; און אַלץ איז פאַרשװאונדן געװאָרן...
שטיל — — דער פאָרהאַנג איז מיר צוריקגעפאַלן פאַר די אױגן: אױבּן — אַ פּשוטער הימל, אונטן — פּשוטע פּאַשע, פשוטע חסידים אין צעריסענע קאַפּאָטעס...
אַלטע צעריסענע שטיקלעך ניגונים...
אױסגעלאָשן די פלעמלעך — איך קוק אױפן רבּין, זײן פּנים איז אױך חושך — — — זײ האָבּן זיך נישט אױסגעגלײכט; דער בּריסקער רב איז געבּליבּן אַ מתנגד װי פריער; מיט דעם איז ער אַװעקגעפאָרן! דאָך אַ פּעולה האָט עס געהאַט!
גערודפט האָט ער שױן נישט.
Yiddish text by Y. L. Peretz (1852–1915); public domain.