דער לייענערDer Leyner
אַן אַפּ צום איבערזעצן און פֿאַרבעסערן

Job

איוב

by Yehoash

The full Yiddish text, read sentence by sentence with the English alongside, a click-through dictionary, and a tutor that checks your translation.

עס איז געװען אַ מאַן אין לאַנד עוץ װאָס זײַן נאָמען איז געװען אִיובֿ; און דער דאָזיקער מאַן איז געװען ערלעך און רעכטפֿאַרטיק, און גאָטספֿאָרכטיק, און אָפּגעקערט פֿון שלעכטס.

און עס זײַנען געבאָרן געװאָרן בײַ אים זיבן זין און דרײַ טעכטער.

און זײַן אײגנס איז געװען זיבן טױזנט שאָף, און דרײַ טױזנט קעמלען, און פֿינף הונדערט געשפּאַן רינדער, און פֿינף הונדערט אײזעלינס, און זײער אַ סך קנעכט; און דער דאָזיקער מאַן איז געװען גרעסער פֿון אַלע קינדער פֿון מזרח.

און זײַנע זין פֿלעגן גײן און מאַכן אַ מאָלצײַט בײַ איטלעכן אין הױז אין זײַן טאָג, און זײ פֿלעגן שיקן און רופֿן זײערע דרײַ שװעסטער, צו עסן און צו טרינקען מיט זײ.

און עס איז געװען, אַז װי די טעג פֿון דעם מאָלצײַט האָבן זיך אַרומגעדרײט, אַזױ האָט אִיובֿ געשיקט און האָט זײ געהײליקט, און ער פֿלעגט זיך פֿעדערן אין דער פֿרי, און אױפֿברענגען בראַנדאָפּפֿער לױט דער צאָל פֿון זײ אַלעמען, װאָרום אִיובֿ האָט געזאָגט: אפֿשר האָבן מײַנע קינדער געזינדיקט, און זײ האָבן געלעסטערט גאָט אין זײער האַרצן. אַזױ פֿלעגט אִיובֿ טאָן אַלע מאָל.

און עס איז געװען דער טאָג, װען די זין פֿון גאָט זײַנען געקומען זיך שטעלן פֿאַר גאָט, און אױך דער שׂטן איז געקומען צװישן זײ.

האָט גאָט געזאָגט צום שׂטן: פֿון װאַנען קומסטו? האָט דער שׂטן געענטפֿערט גאָט, און האָט געזאָגט: פֿון װאַנדערן איבער דער ערד און פֿון אַרומגײן אױף איר.

האָט גאָט געזאָגט צום שׂטן: האָסטו אַכט געטאָן אױף מײַן קנעכט אִיובֿן, אַז עס איז ניטאָ אַזאַ װי ער אױף דער ערד, אַ מאַן ערלעך און רעכטפֿאַרטיק, גאָטספֿאָרכטיק און אָפּגעקערט פֿון שלעכטס?

האָט דער שׂטן געענטפֿערט גאָט, און האָט געזאָגט: איז דען אומזיסט אִיובֿ גאָטספֿאָרכטיק?

האָסטו ניט אַרומגעצאַמט אים און זײַן הױזגעזינט און אַלץ װאָס איז זײַנס רונד אַרום? די אַרבעט פֿון זײַנע הענט האָסטו געבענטשט, און זײַן אײגנס איז פֿאַרשפּרײט איבערן לאַנד.

אָבער שטרעק אַקאָרשט אױס דײַן האַנט, און ריר אָן עפּעס װאָס איז זײַנס, אױב ער װעט ניט אין דײַן פּנים דיך לעסטערן.

האָט גאָט געזאָגט צום שׂטן: אָט איז אַלץ װאָס איז זײַנס אין דײַן האַנט, נאָר אױף אים זאָלסטו ניט אױסשטרעקן דײַן האַנט.איז דער שׂטן אַרױסגעגאַנגען פֿון פֿאַר גאָט.

און עס איז געװען אײן טאָג, װי זײַנע זין און זײַנע טעכטער עסן און טרינקען װײַן אין הױז פֿון זײער עלטסטן ברודער,

אַזױ איז אַ שָלִיח געקומען צו אִיובֿן, און האָט געזאָגט: די רינדער האָבן געאַקערט, און די אײזעלינס האָבן זיך געפֿיטערט לעבן זײ,

זײַנען באַפֿאַלן שבֿאָער, און האָבן זײ צוגענומען, און די יונגען האָבן זײ דערשלאָגן מיטן שאַרף פֿון שװערד און נאָר איך אַלײן בין אַנטרונען געװאָרן דיר אָנצוזאָגן.

װי דער רעדט נאָך, אַזױ איז אָנגעקומען אַן אַנדערער, און האָט געזאָגט: אַ פֿײַער פֿון גאָט איז אַראָפּגעפֿאַלן פֿון הימל, און האָט אָנגעצונדן די שאָף און די יונגען, און האָט זײ פֿאַרצערט, און נאָר איך אַלײן בין אַנטרונען געװאָרן דיר אָנצוזאָגן.

װי דער רעדט נאָך, אַזױ איז אָנגעקומען אַן אַנדערער, און האָט געזאָגט: כַּשׂדים האָבן געמאַכט דרײַ מחנות, און זײַנען אָנגעפֿאַלן אױף די קעמלען, און האָבן זײ צוגענומען, און די יונגען האָבן זײ דערשלאָגן מיטן שאַרף פֿון שװערד, און נאָר איך אַלײן בין אַנטרונען געװאָרן דיר אָנצוזאָגן.

װי דער רעדט נאָך, אַזױ איז אָנגעקומען אַן אַנדערער, און האָט געזאָגט: דײַנע זין און דײַנע טעכטער האָבן געגעסן און געטרונקען װײַן אין הױז פֿון זײער עלטסטן ברודער,

ערשט אַ גרױסער װינט איז אָנגעקומען פֿון דער זײַט פֿון מדבר, און האָט אָנגעכאַפּט די פֿיר װינקלען פֿון הױז, און עס איז אײַנגעפֿאַלן אױף די יונגעלײַט, און זײ זײַנען געשטאָרבן, און נאָר איך אַלײן בין אַנטרונען געװאָרן דיר אָנצוזאָגן.

איז אִיובֿ אױפֿגעשטאַנען, און האָט צעריסן זײַן מאַנטל, און האָט אָפּגעשאָרן זײַן קאָפּ, און איז געפֿאַלן אױף דער ערד, און האָט זיך געבוקט.

און ער האָט געזאָגט:נאַקעט בין איך אַרױסגעגאַנגען פֿון מײַן מוטערס לײַב, און נאַקעט װעל איך זיך אומקערן אַהין;גאָט האָט געגעבן, און גאָט האָט צוגענומען, געלױבט זאָל זײַן דער נאָמען פֿון גאָט.

בײַ אַלעם דעם האָט אִיובֿ ניט געזינדיקט, און ניט געגעבן קײן לעסטערונג צו גאָט.

און עס איז געװען דער טאָג װען די זין פֿון גאָט זײַנען געקומען זיך שטעלן פֿאַר גאָט, און אױך דער שׂטן איז געקומען צװישן זײ, זיך צו שטעלן פֿאַר גאָט.

האָט גאָט געזאָגט צום שׂטן: פֿון װאַנען קומסטו? האָט דער שׂטן געענטפֿערט גאָט, און האָט געזאָגט: פֿון װאַנדערן איבער דער ערד און פֿון אַרומגײן אױף איר.

האָט גאָט געזאָגט צום שׂטן: האָסטו אַכט געטאָן אױף מײַן קנעכט אִיובֿן, אַז עס איז ניטאָ אַזאַ װי ער אױף דער ערד, אַ מאַן ערלעך און רעכטפֿאַרטיק, גאָטספֿאָרכטיק, און אָפּגעקערט פֿון שלעכטס? און ער האַלט זיך נאָך אַלץ בײַ זײַן פֿרומקײט; און דו האָסט מיך אָנגערעדט אױף אים, אים אומצוברענגען אומזיסט.

האָט דער שׂטן געענטפֿערט גאָט, און האָט געזאָגט: הױט פֿאַר הױט, און אַלץ װאָס אַ מענטש האָט, װעט ער אַװעקגעבן פֿאַר זײַן נפֿש.

אָבער שטרעק אַקאָרשט אױס דײַן האַנט, און ריר אָן זײַן בײן און זײַן פֿלײש, אױב ער װעט ניט אין דײַן פּנים דיך לעסטערן.

האָט גאָט געזאָגט צום שׂטן: אָט איז ער אין דײַן האַנט, נאָר זײַן נפֿש היט.

איז דער שׂטן אַרױסגעגאַנגען פֿון פֿאַר גאָט, און ער האָט געפּלאָגט אִיובֿן מיט אַ בײזן אױסשלאָג פֿון זײַן פֿוסטריט ביז זײַן שאַרבן.

האָט ער זיך גענומען אַ שערבל זיך צו קראַצן דערמיט; און ער איז געזעסן אין אַש.

האָט זײַן װײַב צו אים געזאָגט: האַלטסט זיך נאָך אַלץ בײַ דײַן פֿרומקײט? לעסטער גאָט, און שטאַרב.

האָט ער צו איר געזאָגט: אַזױ װי עס רעדט אײנע פֿון די נידערטרעכטיקע רעדסטו. זאָלן מיר דאָס גוטע יאָ אָננעמען פֿון גאָט, און דאָס שלעכטע זאָלן מיר ניט אָננעמען? בײַ אַלעם דעם האָט אִיובֿ ניט געזינדיקט מיט זײַנע ליפּן.

און אִיובֿס דרײַ גוטע פֿרײַנט האָבן געהערט פֿון אַל דעם דאָזיקן בײז װאָס איז געקומען אױף אים, און זײ זײַנען געקומען איטלעכער פֿון זײַן אָרט, אֶליפֿז דער תֵּימָני, און בִלדַד דער שוחי, און צופֿר דער נַעַמָתי; און זײ האָבן אָפּגערעדט אין אײנעם צו גײן אים באַדױערן און אים טרײסטן.

און אַז זײ האָבן אױפֿגעהױבן זײערע אױגן פֿון דער װײַטן, האָבן זײ אים ניט דערקענט, און זײ האָבן אױפֿגעהױבן זײער קָול און האָבן געװײנט; און זײ האָבן איטלעכער צעריסן זײַן מאַנטל, און געװאָרפֿן שטױב איבער זײערע קעפּ צום הימל.

און זײ זײַנען געזעסן מיט אים אױף דער ערד זיבן טעג און זיבן נעכט, און קײנער האָט ניט גערעדט צו אים אַ װאָרט, װאָרום זײ האָבן געזען אַז דער װײטאָג איז זײער גרױס.

דערנאָך האָט אִיובֿ געעפֿנט זײַן מױל, און האָט געשאָלטן זײַן טאָג.

און אִיובֿ האָט זיך אָפּגערופֿן, און האָט געזאָגט:

אונטערגײן זאָל דער טאָגװאָס איך בין אין אים געבאָרן געװאָרן, און די נאַכט װאָס האָט אָנגעזאָגט:אַ ייִנגל איז אַנטפֿאַנגען געװאָרן.

יענער טאָג זאָל זײַן חושך, ניט פֿרעגן זאָל אױף אים גאָט פֿון אױבן, און ניט שײַנען זאָל אױף אים אַ ליכטיקײט.

צונעמען פֿאַר זיך זאָלן אים חושך און טױטשאָטן, אַ װאָלקעניש זאָל רוען אױף אים, כמאַרעס פֿון טאָג זאָלן אים שרעקן.

יענע נאַכט, אַ שטאָקפֿינצטערניש זאָל זי נעמען, זי זאָל זיך ניט פֿרײען אין די טעג פֿון יאָר, אין דער צאָל פֿון חדשים זאָל זי ניט אַרײַנגײן.

אָט יענע נאַכט זאָל זײַן װיסט, ניט קומען אין איר זאָל אַ געזאַנג.

פֿלוכן זאָלן זי די װאָס שילטן דעם טאָג, די װאָס זײַנען גרײט דעם לִויָתן אױפֿצוּװעקן.

פֿינצטער זאָלן װערן אירע אָװנטשטערן, זי זאָל האָפֿן אױף ליכט, און ניטאָ, און ניט אָנזען די ברעמען פֿון פֿרימאָרגן.

װײַל זי האָט ניט פֿאַרשלאָסן די טירן פֿון מײַן מוטערלײַב, און פֿאַרבאָרגן מאַטערניש פֿון מײַנע אױגן.

פֿאַר װאָס בין איך ניט פֿון טראַכט געשטאָרבן?אַרױס פֿון לײַב און פֿאַרגאַנגען?

אַלמַאי האָבן מיך קני צוגענומען?און נאָך װאָס בריסט, איך זאָל זײגן?

װאָרום איך װאָלט אַצונד געלעגן און געװען שטיל, איך װאָלט געשלאָפֿן, איך װאָלט רו געהאַט דענצמאָל;

מיט מלכים און יועצים פֿון דער ערד, װאָס פֿאַרבױען װיסטענישן פֿאַר זיך;

אָדער מיט שׂרָרות װאָס האָבן גאָלד, װאָס פֿילן זײערע הײַזער מיט זילבער.

אָדער איך װאָלט גאָר ניט געװען, װי אַ באַהאַלטענער מפּיל, װי קינדער װאָס האָבן דעם שײַן ניט געזען.

דאָרט הערן אױף די רשָעים צו רודערן, און דאָרט רוען די מידע אָן כּוח.

אין אײנעם באַרוט זײַנען די געפֿאַנגענע, זײ הערן ניט דעם קָול פֿון אַ דריקער.

קלײן און גרױס איז דאָרטן, און דער קנעכט איז פֿרײַ פֿון זײַן האַר.

פֿאַר װאָס גיט ער ליכט דעם װאָס מאַטערט זיך, און לעבן די פֿאַרביטערטע אין געמיט?

די װאָס האַרן אױפֿן טױט, און ער קומט ניט, און זײ אַקערן נאָך אים מער װי נאָך אוֹצרות;

די װאָס װאָלטן זיך פֿרײען מיט שִׂמחה, װאָס װאָלטן קװעלן, אַז זײ װאָלטן געפֿינען דעם קבֿר;

צו דעם מאַן װאָס זײַן װעג איז פֿאַרבאָרגן, און גאָט האָט פֿאַרצאַמט פֿאַר אים?

װאָרום גלײַך װי מײַן ברױט קומט מײַן זיפֿצן, און אַזױ װי װאַסער גיסן זיך מײַנע געשרײען.

װאָרום די אַנגסט װאָס איך האָב געאַנגסט איז מיר אָנגעקומען, און װאָס איך האָב געפֿאָרכט איז מיר געשען.

איך האָב קײן שלװה און קײן רו און קײן מנוחה ניט, און ציטערניש איז געקומען.

האָט געענטפֿערט אֶליפֿז דער תֵּימָני, און האָט געזאָגט:

אַז מע פּרוּװט אַ װאָרט צו דיר װעט דיך פֿאַרדריסן?אָבער װער קען זיך אײַנהאַלטן פֿון רײד?

זע, האָסט געלערנט פֿילן, און שלאַפֿע הענט פֿלעגסטו שטאַרקן.

דעם געשטרױכלטן פֿלעגן אױפֿשטעלן דײַנע רײד, און געבײגטע קני פֿלעגסטו פֿעסטיקן.

אָבער אַצונד קומט עס צו דיר, װערסטו אָפּהענטיק, עס רירט דיך אָן, און װערסט דערשראָקן.

איז ניט דײַן גאָטספֿאָרכטיקײט דײַן בטחון, דײַן האָפֿענונג די ערלעכקײט פֿון דײַנע װעגן?

דערמאָן זיך נאָר, װער איז אומשולדיק אונטערגעגאַנגען?און װוּ זײַנען רעכטפֿאַרטיקע פֿאַרטיליקט געװאָרן?

װעדליק איך האָב געזען, איז די װאָס אַקערן אומרעכט, און זײען אומגליק, זײ שנײַדן עס.

פֿון דעם הױך פֿון גאָט גײען זײ אונטער, און פֿון דעם אָטעם פֿון זײַן צאָרן װערן זײ פֿאַרלענדט.

אַ געבריל פֿון לײב, אַ קָול פֿון װילדלײב –אָבער די צײן פֿון די יונגלײבן װערן צעבראָכן;

דער אַלטער לײב גײט אױס אָן שפּײַז, און די קינדער פֿון דער לײבינטע װערן צעשפּרײט.

און צו מיר פֿלעגט אַ װאָרט זיך פֿאַרגנבֿען, און מײַן אױער האָט פֿאַרנומען אַ קװינט דערפֿון.

אין געדאַנקען, פֿון זעונגען פֿון דער נאַכט, װען אַ טיפֿער שלאָף פֿאַלט אױף מענטשן,

האָט מיך אַ פּחד געטראָפֿן און אַ ציטערניש, און האָט אַלע מײַנע בײנער צעשױדערט.

און אַ גײַסט פֿלעגט פֿאַר מײַן פּנים אַריבער;קאַפּױר שטעלן פֿלעגט עס די האָר פֿון מײַן לײַב.

ער פֿלעגט שטײן, אָבער איך פֿלעג ניט דערקענען זײַן אָנבליק;אַ געשטאַלט איז געװען פֿאַר מײַנע אױגן;אַ שטילקײט און אַ שטים פֿלעג איך הערן:

קען אַ מענטש פֿאַר גאָט זײַן גערעכט?צי קען פֿאַר זײַן באַשעפֿער רײן זײַן אַ מאַן?

זע, אין זײַנע קנעכט גלױבט ער ניט, און אין זײַנע מלאכים מערקט ער אַ פֿאַרזע,

הײַנט װי שױן די װױנער אין הײַזער פֿון לײם, װאָס זײער גרונט איז אין שטױב?מע צעדריקט זײ גלײַך װי אַ מאָיל.

צװישן מאָרגן און אָװנט װערן זײ צעשטױסן, אומגעמערקט גײען זײ אונטער אױף אײביק.

פֿאַר װאָר, אָפּגעריסן װערט זײער געצעלטשטריק בײַ זײ, זײ שטאַרבן, און אָן חכמה.

רוף אַקאָרשט, איז דאָ װער זאָל דיר ענטפֿערן?און צו װעמען פֿון די הײליקע װעסטו זיך קערן?

װאָרום דעם נאַרן הרגעט דער כּעס, און דעם ניט קלוגן טײט די קנאה.

זע איך אַ נאַרן אײַנגעװאָרצלט, רוף איך תֵּכּף זײַן װױנונג פֿאַרשאָלטן.

זײַנע קינדער װעלן װײַט זײַן פֿון הילף, און זײ װעלן צעדריקט װערן אין טױער, און קײנער װעט ניט מציל זײַן.

װאָרום זײַן שניט װעט דער הונגעריקער אױפֿעסן, און ביז פֿון די דערנער װעט ער עס אַװעקנעמען;און אײַנשלינגען װעט די נעץ זײער פֿאַרמעג.

פֿאַר װאָר, ניט פֿון שטױב קומט אַרױס אומגליק, און ניט פֿון דער ערד שפּראָצט מאַטערניש.

נײַערט דער מענטש איז צו מאַטערניש געבאָרן;נאָר היצקעפּ פֿליִען אין דער הײך.

אָבער איך װאָלט געזוכט גאָט, און צו גאָט װאָלט איך געשטעלט מײַן טענה;

דער װאָס טוט גרױסע זאַכן ניט צו דערפֿאָרשן, װוּנדער אַזש אָן אַ צאָל;

דער װאָס גיט רעגן אױפֿן געזיכט פֿון דער ערד, און שיקט װאַסער אױפֿן געזיכט פֿון די פֿעלדער;

ער שטעלט די נידעריקע אין דער הײך, און די פֿינצטערע װערן דערהױבן דורך הילף.

ער פֿאַרשטערט די מחשבֿות פֿון די ליסטיקע, אַז זײערע הענט זאָלן ניט אױפֿטאָן ממשות.

ער פֿאַנגט קלוגע אין זײער ליסטיקײט, און די עצה פֿון די פֿאַרשפּיצטע װערט צעטומלט.

בײַ טאָג באַגעגענען זײ פֿינצטערניש, און אַזױ װי בײַ נאַכט טאַפּן זײ אין מיטן טאָג.

און ער העלפֿט פֿון דער שװערד – פֿון זײער מױל, און פֿון דעם שטאַרקנס האַנט דעם אבֿיון.

און דער אָרימאַן קריגט האָפֿענונג, און אומגערעכטיקײט מאַכט צו איר מױל.

זע, װױל איז דעם מענטשן װאָס גאָט שטראָפֿט אים, און דעם מוסר פֿון אַלמאַכטיקן זאָלסטו ניט פֿאַראַכטן.

װאָרום ער מאַכט װײ טאָן, און ער פֿאַרבינדט, ער פֿאַרװוּנדט, און זײַנע הענט הײלן אױס.

אין זעקס צרות װעט ער דיך מציל זײַן, און אין זיבן װעט דיך ניט אָנרירן קײן בײז.

אין הונגער װעט ער דיך אױסלײזן פֿון טױט, און אין מלחמה פֿון דער מאַכט פֿון שװערד.

פֿאַר דער רוט פֿון דער צונג װעסטו זײַן פֿאַרבאָרגן, און װעסט ניט מורא האָבן פֿאַר פֿאַרװיסטונג, אַז זי קומט.

פֿון פֿאַרװיסטונג און פֿון הונגער װעסטו לאַכן, און פֿאַר די חיות פֿון דער ערד װעסטו ניט מורא האָבן.

װאָרום מיט די שטײנער פֿון פֿעלד װעט זײַן דײַן בונד, און די חיה פֿון פֿעלד װעט זײַן שלום מיט דיר.

און װעסט װיסן אַז דײַן געצעלט איז בשלום, און װעסט נאָכזען דײַן װױנונג, און בײַ דיר װעט ניט פֿעלן.

און װעסט װיסן אַז דײַן זאָמען װעט זײַן פֿיל, און דײַנע שפּראָצונגען װי גראָז פֿון דער ערד.

װעסט קומען אין פֿולער עלטער צום קבֿר, װי אַ סטױג קומט אַרײַן אין זײַן צײַט.

זע, דאָס האָבן מיר אױסגעפֿאָרשט, אַזױ איז דאָס, הער עס צו, און דו מערק דיר.

האָט געענטפֿערט אִיובֿ, און האָט געזאָגט:

װען געװױגן זאָל געװױגן װערן מײַן כּעס, און מײַן בראָך װאָלט מען נעמען אױפֿן װאָגשאָל באַגלײַך!

װאָרום שװערער פֿון דעם זאַמד פֿון ימען װאָלט עס זײַן אַצונד;דרום זײַנען מײַנע װערטער צעמישט.

װאָרום אין מיר זײַנען די פֿײַלן פֿון אַלמאַכטיקן, װאָס זײער גיפֿט טרינקט מײַן געמיט;שרעקענישן פֿון גאָט שטעלן זיך אױס קעגן מיר.

שרײַט דען אַ װאַלדאײזל אױף גראָז?צי מרוקעט אַן אָקס אױף זײַן פֿוטער?

װערט אומבאַטעַמטס געגעסן אָן זאַלץ?צי איז דאָ אַ טעם אין זאַפֿט פֿון אַלטײַ?

װאָס מײַן זעל האָט ניט געװאָלט אָנרירן, דאָס זײַנען די צושפּײַזן פֿון מײַן ברױט.

הלװאי קומט אָן מײַן פֿאַרלאַנג, און מײַן האָפֿענונג גיט גאָט!

און גאָט װיליקט אײַן און צעדריקט מיך, לאָזט לױז זײַן האַנט און דערענדיקט מיך!

װאָלט דאָס נאָך געװען מײַן נחמה, און איך װאָלט געטאַנצט אין יסורים;זאָל ער זײַן אומדערבאַרימדיק;הגם איך האָב ניט געלײקנטאָן די װערטער פֿון הײליקן.

װאָס איז מײַן כּוח, אַז איך זאָל האָפֿן?און װאָס מײַן סָוף, אַז איך זאָל אײַנהאַלטן מײַן געמיט?

איז דער כּוח פֿון שטײנער מײַן כּוח?איז מײַן לײַב פֿון קופּער?

איז דען פֿאַר מיר קײן הילף ניטאָ, און אַן עצה איז פֿאַרשטױסן פֿון מיר?

דעם װאָס גײט אײַן קומט רַחמָנות פֿון זײַן חבֿר, אַפֿילו ער פֿאַרלאָזט די מורא פֿאַרן אַלמאַכטיקן.

מײַנע ברידער האָבן געפֿעלשט װי אַ טײַך, װי דער שטראָם פֿון טײַכן װאָס גײען אַװעק,

װאָס זײַנען טונקל פֿון אײַז –אױף זײ באַהאַלט זיך דער שנײ.

בעת זײ װערן צעװאַרעמט, װערן זײ פֿאַרשװוּנדן, װי עס װערט הײס, צעגײען זײ פֿון זײער אָרט.

עס דרײען זיך די װעגן פֿון זײער װאַנדער, זײ פֿאַרגײען אין נישט און װערן פֿאַרלאָרן.

די קאַראַװאַנען פֿון תֵּימא האָבן אױסגעקוקט, די גײ-מחנות פֿון שבֿא האָבן געהאָפֿט אױף זײ,

אָבער זײ האָבן זיך געשעמט װאָס זײ האָבן זיך פֿאַרזיכערט, זײ זײַנען אָנגעקומען ביז אַהין און אין שאַנד געבליבן.

פֿאַר װאָר, אַצונד זײַט איר מיט אים, איר האָט דערזען דעם בראָך, און זיך דערשראָקן.

האָב איך דען געזאָגט: גיט מיר װאָס, און פֿון אײַער פֿאַרמעג שענקט פֿאַר מיר?

אָדער: מאַכט מיך אַנטרינען פֿון שׂונאס האַנט, און פֿון דער האַנט פֿון געװאַלטטוער זאָלט איר מיך אױסלײזן?

לערנט מיך, און איך װעל שװײַגן, און װאָס איך האָב פֿאַרזען, גיט מיר צו פֿאַרשטײן.

װי שטאַרק זײַנען ריכטיקע װערטער!אָבער װאָס באַװײַזט דאָס באַװײַזן פֿון אײַך?

רעכנט איר װערטער פֿאַר אַ באַװײַז, און פֿאַר װינט די רײד פֿון פֿאַרצװײפֿלטן?

אַפֿילו אױף אַ יתום װאָלט איר גורל װאַרפֿן, און איר װאָלט גראָבן אױף אײַער חבֿר.

און אַצונד באַװיליקט, קערט אײַך צו מיר;און צי װעל איך אײַך אין פּנים אַ ליגן זאָגן?

קערט אײַך אום, איך בעט אײַך, זאָל קײן עװלה ניט געשען, יאָ, קערט אײַך װידער אום, איך בין גערעכט דערין.

איז אין מײַן צונג דאָ אומרעכט?צי שפּירט ניט מײַן גומען פֿאַרברעכן?

פֿאַר װאָר, דינסטצײַט האָט דער מענטש אױף דער ערד, און װי טעג פֿון אַ געדונגענעם זײַנען זײַנע טעג.

װי אַ קנעכט װאָס שמאַכט נאָך שאָטן, און װי אַ געדונגענער װאָס האַרט אױף זײַן לױן,

אַזױ האָב איך מיר צוגעטײלט געקריגן חדשים פֿון אומגליק, און נעכט פֿון מאַטערניש האָט מען מיר צוגעצײלט.

אַז איך לײג זיך, זאָג איך: װען װעל איך אױפֿשטײן?און די נאַכט ציט זיך, און איך װער זאַט מיט װאַרפֿעניש ביזן פֿרימאָרגן.

מײַן לײַב איז באַקלײדט מיט װערים און שטיקער ערד, מײַן הױט פּלאַצט און װערט צעקראָכן.

מײַנע טעג זײַנען פֿלינקער פֿון אַ װעבשיפֿל, און װערן פֿאַרלענדט אָן אַ האָפֿענונג.

געדענק, אַז אַ הױך איז מײַן לעבן, מײַן אױג װעט ניט אָנזען מער גוטס.

מיך װעט מער ניט אָנקוקן דאָס אױג פֿון מײַן זעער, דײַנע אױגן זײַנען אױף מיר, און שױן בין איך ניטאָ.

פֿאַרלענדט װערט אַ װאָלקן און פֿאַרגײט, אַזױ דער װאָס נידערט אין אונטערערד, װעט ניט אַרױפֿקומען.

ער װעט זיך מער ניט אומקערן אין זײַן הױז, און זײַן אָרט װעט אים מער ניט קענען.

דרומעך װעל איך ניט פֿאַרמײַדן מײַן מױל, איך װעל רעדן אין דער קלעמעניש פֿון מײַן געמיט, איך װעל קלאָגן אין דער ביטערקײט פֿון מײַן זעל.

בין איך אַ ים, אָדער אַ ים-חיה, װאָס דו שטעלסט אַ װאַך איבער מיר?

אַז איך זאָג: מײַן בעט װעט מיך טרײסטן, מײַן געלעגער װעט מיטטראָגן מײַן קלאָג,

שרעקסטו מיך מיט חלומות, און מיט זעונגען גרױלסטו מיך.

און מײַן זעל װיל בעסער דערװאַרגעניש, טױט, אײדער די דאָזיקע בײנער מײַנע.

מיר איז נמאס; איך װעל אײביק ניט לעבן, לאָז אָפּ פֿון מיר, װאָרום אַ הױך זײַנען מײַנע טעג.

װאָס איז דער מענטש, אַז דו זאָלסט אים גרײסן, און אַז דו זאָלסט לײגן אױף אים דײַן האַרץ,

און אים דערמאָנען אַלע פֿרימאָרגן, אַלע רגע אים פּרוּװן?

װי לאַנג װעסטו זיך ניט אָפּקערן פֿון מיר?מיך ניט אָפּלאָזן ביז איך שלינג אַראָפּ מײַן שפּײַעכץ?

אַז איך זינדיק, װאָס טו איך דיר, היטער פֿון דעם מענטשן?פֿאַר װאָס האָסטו מיך געמאַכט פֿאַר דײַן צילברעט, אַז איך בין געװאָרן זיך אַלײן צו לאַסט?

און װאָס פֿאַרגיסטו ניט מײַן פֿאַרברעך, און טוסט ניט אָפּ מײַן זינד?װאָרום אַצונד װעל איך ליגן אין שטױב, און װעסט מיך זוכן, און איך װעל ניט זײַן.

האָט געענטפֿערט בִלדַד דער שוחי, און האָט געזאָגט:

ביז װאַנען װעסטו רעדן דאָס דאָזיקע, און װי אַ שטאַרקער װינט װעלן זײַן די װערטער פֿון דײַן מױל?

װעט דען גאָט פֿאַרדרײען דעם משפּט?און װעט דער אַלמאַכטיקער פֿאַרדרײען די גערעכטיקײט?

אַז דײַנע קינדער האָבן געזינדיקט צו אים, האָט ער זײ אַװעקגעשיקט פֿאַר זײער פֿאַרברעך.

אַז דו װאָלסט זוכן גאָט, און צום אַלמאַכטיקן בעטן,

אַז דו װאָלסט זײַן רײן און רעכטפֿאַרטיק, װאָלט ער אַצונד זיך דערװעקן פֿאַר דיר, און גאַנץ מאַכן דײַן גערעכטע װױנונג.

און אױב דײַן אָנהײב װעט זײַן קלײן, װעט דײַן סָוף זײַן זײער גרױס.

װאָרום פֿרעג אַקאָרשט דעם פֿריִערדיקן דָור, און מערק װאָס זײערע עלטערן האָבן אױסגעפֿאָרשט –

װאָרום מיר זײַנען פֿון נעכטן, און װײסן גאָרנישט, װײַל אַ שאָטן זײַנען אונדזערע טעג אױף דער ערד –

פֿאַר װאָר, זײ װעלן דיך לערנען, זײ װעלן דיר זאָגן, און פֿון זײער האַרצן אַרױסברענגען װערטער.

קען אױסװאַקסן ראָר אָן אַ זומפּ?קען גרױס װערן טײַכגראָז אָן װאַסער?

נאָך איז עס אין זײַן גרינקײט, ניט אָפּגעשניטן, און װי גאָרע הײ װערט עס פֿאַרטריקנט.

אַזױ זײַנען די װעגן פֿון אַלע גאָטפֿאַרגעסער, און די האָפֿענונג פֿון דעם זינדיקן גײט אונטער.

װאָרום זומערפֿאָדים איז זײַן פֿאַרזיכערונג, און שפּינװעבס זײַן בטחון.

ער לענט זיך אָן אױף זײַן הױז, אָבער עס האָט ניט קײן באַשטאַנד, ער האַלט זיך דעראָן, אָבער עס בלײַבט ניט שטײן.

זאַפֿטיק איז ער פֿאַר דער זון, און איבער זײַן גאָרטן גײט אַרױס זײַן שפּראָץ.

אין אַ הױפֿן פֿלעכטן זיך זײַנע װאָרצלען, צװישן שטײנער רײַסט ער זיך דורך.

אָבער פֿאַרטיליקט מען אים פֿון זײַן אָרט, פֿאַרלײקנט ער אים: איך האָב דיך ניט געזען.

אָט דאָס איז די פֿרײד פֿון זײַן װעג, און פֿון דער ערד שפּראָצט אַן אַנדערער אַרױס.

זע, גאָט פֿאַראַכט ניט דעם אומשולדיקן, און װעט ניט אױפֿהאַלטן די האַנט פֿון דעם שלעכטסטוער;

ביז ער װעט אָנפֿילן מיט געלעכטער דײַן מױל, און דײַנע ליפּן מיט שאַלונג.

דײַנע שָׂונאים װעלן זיך אָנקלײדן מיט שאַנד, און דאָס געצעלט פֿון די רשָעים װעט מער ניט זײַן.

האָט געענטפֿערט אִיובֿ, און האָט געזאָגט:

אמת, איך װײס אַז אַזױ איז עס;און װי קען אַ מענטש גערעכט זײַן קעגן גאָט?

אַז ער זאָל װעלן זיך קריגן מיט אים, װאָלט ער אים ניט געקענט ענטפֿערן אײנס פֿון טױזנט.

קלוג אין האַרצן, און שטאַרק אין כּוח –װער קען זיך עַקשנען קעגן אים און אַרױס גאַנץ?

דער װאָס רוקט איבער בערג, און זײ מערקן ניט, װען ער קערט זײ איבער אין זײַן צאָרן.

דער װאָס טרײסלט אױף די ערד פֿון איר אָרט, אַז אירע זײַלן ציטערן.

דער װאָס הײסט דער זון, און זי שײַנט ניט, און די שטערן פֿאַרחתמעט ער.

ער האָט אױסגעשפּרײט די הימלען אַלײן, און ער טרעט אױף די הײכן פֿון ים.

ער האָט געמאַכט דעם בערשטערן, דעם אָריאָן און דעם זיבנשטערן, און די קאַמערן פֿון דָרום.

ער טוט גרױסע זאַכן אַזש ניט צו דערפֿאָרשן, און װוּנדער אַזש אָן אַ צאָל.

אָט גײט ער מיר פֿאַרבײַ, און איך זע ניט, און ער ציט דורך, און איך מערק אים ניט.

אָט כאַפּט ער אַװעק – װער קען אים אָפּהאַלטן?װער קען אים זאָגן: װאָס טוסטו?

גאָט קערט ניט אָפּ זײַן צאָרן; אונטער אים האָבן זיך געבױגן די העלפֿער פֿון רַהַבֿ.

הײַנט װי שױן קען איך אים ענטפֿערן, קלײַבן מײַנע װערטער קעגן אים?

װאָס אַפֿילו איך זאָל גערעכט זײַן, קען איך ניט ענטפֿערן;בעטן מוז איך זיך בײַ דעם װאָס משפּט מיך.

אַפֿילו איך זאָל רופֿן און ער זאָל ענטפֿערן, װאָלט איך ניט גלױבן אַז ער האָט פֿאַרנומען מײַן קָול.

ער װאָס צערײַבט מיך מיט שטורעמװינט, און מערט מײַנע װוּנדן אומזיסט.

ער לאָזט מיך מײַן אָטעם ניט אָפּציִען, נײַערט ער זעטיקט מיך מיט ביטערנישן.

אױב אין כּוח, איז ער מאַכטיקער, און אױב אױף אַ משפּט: „װער קען מיך לאָדן?”

אַפֿילו איך זאָל זײַן גערעכט, װעט מײַן מױל מיך פֿאַרשולדיקן;איך מעג זײַן אומשולדיק, װעט ער מיך מאַכן פֿאַר קרום.

איך בין אומשולדיק;מיך אַרט ניט מײַן נפֿש, מיר איז נמאס מײַן לעבן.

עס איז אַלץ אײנס, דרום זאָג איך:דעם אומשולדיקן אַזױ װי דעם רָשע פֿאַרלענדט ער.

װען די רוט טײט פּלוצלינג, שפּאָט ער אױף דעם גוססן פֿון די אומשולדיקע.

די ערד איז איבערגעגעבן אין דער האַנט פֿון רָשע;דעם פּנים פֿון אירע ריכטער פֿאַרדעקט ער;אױב ניט, װער דען איז דאָס?

און מײַנע טעג זײַנען פֿלינקער פֿון אַ לױפֿער, זײ זײַנען אַנטלאָפֿן, ניט אָנגעזען גוטס.

זײ זײַנען אַװעק גלײַך װי ראָרשיפֿן, װי אַן אָדלער װאָס שװעבט אױפֿן עסן.

אַז איך זאָג, איך װעל פֿאַרגעסן מײַן קלאָג, אַװעקװאַרפֿן מײַן אומעטיק פּנים, און זיך אױפֿמונטערן,

שרעק איך זיך פֿאַר אַלע מײַנע װײטאָגן, איך װײס אַז דו װעסט מיר ניט שענקען.

שולדיק מוז איך בלײַבן, טאָ נאָך װאָס זאָל איך מיך מיִען אומנישט?

אַז איך װאָלט זיך געװאַשן מיט שנײװאַסער, און גערײניקט מיט לױג מײַנע הענט,

װעסטו דענצמאָל אין אַ גראָבן מיך אײַנטונקען, אַז מײַנע קלײדער װעלן זיך עקלען מיט מיר.

װאָרום ניט אַ מענטש װי איך איז ער, איך זאָל אים ענטפֿערן, מיר זאָלן אין אײנעם צום משפּט גײן.

ניטאָ צװישן אונדז קײן אַנטשײדער, װאָס זאָל לײגן זײַן האַנט אױף אונדז בײדן.

זאָל ער אָפּטאָן פֿון מיר זײַן רוט, און זײַן אימה זאָל מיך ניט שרעקן,

װעל איך רעדן, און ניט מורא האָבן פֿאַר אים;װאָרום בין איך דען ניט פֿעסט בײַ זיך?

מיר אַלײן עקלט מײַן לעבן;איך װעל פֿון מיר לױז לאָזן מײַן קלאָג, איך װעל רעדן אין דער ביטערקײט פֿון מײַן זעל.

איך װעל זאָגן צו גאָט: זאָלסט מיך ניט שולדיק מאַכן;לאָז מיך װיסן פֿאַר װאָס דו קריגסט זיך מיט מיר.

איז דיר גוט אַז דו דריקסט, אַז דו פֿאַראַכטסט די מי פֿון דײַנע הענט, און דעם באַראָט פֿון די רשָעים באַשײַנסטו?

זײַנען אױגן פֿון פֿלײש בײַ דיר?צי זעסטו װי אַ מענטש זעט?

זײַנען װי די טעג פֿון אַ מענטשן דײַנע טעג, צי דײַנע יאָרן װי די טעג פֿון אַ מאַן?

אַז דו זוכסט מײַן זינד, און פֿאָרשסט מײַן חטא,

הגם דו װײסט אַז איך בין ניט שולדיק, נאָר ניטאָ װער זאָל מציל זײַן פֿון דײַן האַנט.

דײַנע הענט האָבן מיך געפֿורעמט און געמאַכטמיט אַלעם מיט אַנאַנדער, פֿון דעסט װעגן ברענגסטו מיך אום.

געדענק פֿאָרט, אַז װי לײם האָסטו מיך געמאַכט, און צו שטױב װעסטו מיך אומקערן.

פֿאַר װאָר, װי מילך האָסטו מיך אױסגעגאָסן, און װי קעז האָסטו מיך פֿאַרגליװערט.

מיט הױט און פֿלײש האָסטו מיך באַקלײדט, און מיט בײנער און אָדערן געפֿלאָכטן.

לעבן און גענאָד האָסטו מיר באַשערט, און דײַן אָבאַכט האָט אָפּגעהיט מײַן גײַסט.

אָבער דאָס האָסטו באַהאַלטן אין דײַן האַרצן, איך װײס אַז דאָס האָסטו געהאַט אין זינען:

אַז איך זינדיק, װעסטו מיך היטן, און פֿון מײַן חטא מיך ניט רײן מאַכן.

אַז איך בין שולדיק, איז װײ צו מיר, און בין איך גערעכט, קען איך ניט אױפֿהײבן דעם קאָפּ, זאַט מיט שאַנד, און זעענדיק מײַן פּײַן.

און הײבט ער זיך אױף, יאָגסטו מיך װי אַ לײב, און אַלץ װידער באַגײסטו זיך משונה קעגן מיר.

באַנײַסט דײַנע עדות קעגן מיר, און מערסט דײַן כּעס אױף מיר;געביטן נאָכאַנאַנד װערט דער חיל קעגן מיר.

און נאָך װאָס האָסטו מיך פֿון טראַכט אַרױסגעצױגן? איך װאָלט פֿאַרגאַנגען, און אַן אױג װאָלט מיך ניט אָנגעזען.

װי ניט געװען װאָלט איך געװען, פֿון מוטערלײַב װאָלט איך צום קבֿר געבראַכט געװאָרן.

מײַנע טעג זײַנען דאָך װינציק, טאָ הער אױף, און טו זיך אָפּ פֿון מיר, איך זאָל זיך אױפֿמונטערן אַ ביסל,

אײדער איך גײ אַװעק זיך ניט אומצוקערן, אין אַ לאַנד פֿון חושך און טױטשאָטן,

אַ לאַנד טונקל װי די פֿינצטערניש אַלײן, טױטשאָטן אָן אָרדענונג, װוּ אַפֿילו אַז עס שײַנט, איז װי פֿינצטערניש.

האָט געענטפֿערט צופֿר דער נַעַמָתי, און האָט געזאָגט:

זאָל דער פֿילרעדעװדיקער בלײַבן ניט געענטפֿערט?און צי זאָל דער ליפּנמענטש בלײַבן גערעכט?

דײַנע פּלױדערײַען מאַכן מענטשן שװײַגן, און דו שפּאָטסט, און קײנער האַלט ניט פֿאָר.

און דו זאָגסט: לױטער איז מײַן לערנונג, און רײן בין איך אין דײַנע אױגן.

אָבער הלװאי רעדט גאָט, און עפֿנט זײַנע ליפּן מיט דיר,

און דערצײלט דיר די פֿאַרבאָרגענישן פֿון קלוגשאַפֿט, װי פֿילפֿאַכיק די חכמה איז, און װאָלסט װיסן אַז גאָט מאָנט פֿון דירװינציקער װי דײַן זינד.

װילסטו די דערפֿאָרשונג פֿון גאָט געפֿינען?צי דעם ציל פֿון אַלמאַכטיקן געפֿינען?

עס איז הױך װי די הימלען, װאָס קענסטו אױפֿטאָן?טיפֿער פֿון אונטערערד, װאָס קענסטו װיסן?

לענגער פֿון דער ערד איז די מאָס דערפֿון, און ברײטער פֿון ים.

אַז ער גײט פֿאַרבײַ און פֿאַרשליסט, אָדער ער זאַמלט אײַן, װער קען אים אָפּהאַלטן?

װאָרום ער װײס די פֿאַלשע לײַט, און ער זעט דאָס אומרעכט, אָן צו מאָל אַ קוק טאָן.

אָבער דער פּוסטער מענטש װעט קריגן שׂכל, װען אַ יונגער װאַלדאײזל װעט איבערגעבאָרן װערן אין אַ מענטשן.

אַז דו װעסט צוקערן דײַן האַרץ, און אױסשפּרײטן צו אים דײַנע הענט –

אױב אומרעכט איז אין דײַן האַנט, דערװײַטער עס, און זאָלסט ניט לאָזן רוען אין דײַנע געצעלטן אַן עװלה –

דענצמאָל װעסטו אױפֿהײבן דײַן פּנים אָן אַ פֿלעק, און װעסט פֿעסט זײַן, און ניט מורא האָבן.

װאָרום די מאַטערניש װעסטו פֿאַרגעסן;װי װאַסער װאָס איז אַװעק װעסטו עס דערמאָנען.

און העלער װי מיטן טאָג װעט אױפֿשטײן דײַן לעבן, די פֿינצטערניש װעט װי דע מאָרגן װערן.

און װעסט זײַן זיכער, װײַל האָפֿענונג איז דאָ, און װעסט זיך אַרומקוקן, און ליגן אין זיכערקײט.

און װעסט הױערן, און קײנער װעט ניט שרעקן, און פֿיל װעלן זוכן דײַן לײַטזעליקײט.

אָבער די אױגן פֿון די רשָעים װעלן אױסגײן, און אַנטרינונג װעט זײַן פֿאַרלאָרן פֿון זײ, און זײער האָפֿענונג – אַן אױסהױכעניש פֿון דער נשמה.

האָט געענטפֿערט אִיובֿ, און האָט געזאָגט:

אמת יאָ, איר זײַט די לײַט, און מיט אײַך װעט אָפּשטאַרבן די חכמה!

איך האָב אױך פֿאַרשטאַנדיקײט אַזױ װי איר, איך פֿאַל ניט אַראָפּ קעגן אײַך;און בײַ װעמען איז אַזױ װאָס ניטאָ?

אַ געלעכטער בײַם חבֿר בין איך געװאָרן –דער װאָס האָט גערופֿן צו גאָט, און ער האָט אים געענטפֿערט;אַ געלעכטער – דער גערעכטער, דער פֿרומער.

דעם אומגליקלעכן קומט פֿאַראַכטונג, װעדליק די געדאַנקען פֿון דעם גליקלעכן, אַ שטױס – די װאָס זײער פֿוס גליטשט זיך אױס.

בשַלװה זײַנען די געצעלטן פֿון די רױבער, און אין זיכערקײט די װאָס דערצערענען גאָט, דער װאָס ברענגט זײַן גאָט אין זײַן פֿױסט.

אָבער פֿרעג אַקאָרשט די בהמות, און זײ װעלן דיך לערנען, און דעם פֿױגל פֿון הימל, און ער װעט דיר זאָגן;

אָדער רעד צו דער ערד, און זי װעט דיך לערנען, און דיר װעלן דערצײלן די פֿישן פֿון ים.

װער צװישן אַלע דאָזיקע װײס ניט, אַז די האַנט פֿון גאָט האָט דאָס געמאַכט?

אַז אין זײַן האַנט איז די זעל פֿון יעטװעדער לעבעדיקן, און דער גײַסט פֿון יעטװעדער מענטשנס לײַב. –

דאַרף ניט דאָס אױער פּרוּװן װערטער, אַזױ װי דער גומען פֿאַרזוכט זײַן שפּײַז?

איז בײַ גרײַזן די חכמה, און אין אַריכת-ימים פֿאַרשטאַנדיקײט? –

בײַ אים איז חכמה און גבֿורה, ער האָט עצות און פֿאַרשטאַנדיקײט.

זע, ער צעשטערט, און עס װערט ניט אָפּגעבױט, ער פֿאַרשליסט אַ מענטשן, און עס װערט ניט געעפֿנט.

זע, ער פֿאַרהאַלט װאַסערן, און זײ װערן אױסגעטריקנט, און ער שיקט זײ אַרױס, און זײ קערן איבער די ערד.

בײַ אים איז מאַכט און קלוגשאַפֿט, זײַנער איז אי דער פֿאַרפֿירטער אי דער פֿאַרפֿירער.

ער מאַכט אומגײן די יועצים באַנומענע, און די ריכטער באַנאַרישט ער.

די געבונדענע פֿון די מלכים מאַכט ער לױז, און אױף זײערע לענדן בינדט ער אַ שטריקגאַרטל.

ער מאַכט אומגײן די כּהנים באַנומענע, און די מאַכטיקע פֿאַרדרײט ער.

ער נעמט אָפּ דעם לשון בײַ די באַרעדעװדיקע, און דעם שׂכל פֿון די זקנים נעמט ער אַװעק.

ער גיסט פֿאַראַכטונג אױף פֿירשטן, און דעם אָנגורט פֿון די שטאַרקע מאַכט ער לױז.

ער אַנטפּלעקט טיפֿענישן פֿון דער פֿינצטער, און ברענגט אַרױס אין ליכט דעם שאָטן פֿון טױט.

ער דערהײכט די פֿעלקער, און ברענגט זײ אונטער, ער שפּרײט אױס די פֿעלקער, און פֿירט זײ אַװעק.

ער טוט אָפּ דעם שׂכל פֿון די הױפּטלײַט פֿון דעם פֿאָלק פֿון לאַנד, און מאַכט זײ בלאָנדזשען אין אַ װיסטעניש אָן אַ װעג.

זײ טאַפּן אין חושך אָן ליכט, און ער מאַכט זײ װאַקלען װי אַ שיכּורער.

זע, אַלץ האָט געזען מײַן אױג, מײַן אױער האָט געהערט און זיך געמערקט.

װי איר װײסט, װײס איך אױך, איך פֿאַל ניט אַראָפּ קעגן אײַך.

אָבער איך װיל צום אַלמאַכטיקן רעדן, און טענהן צו גאָט װיל איך.

איר אָבער זײַט שמירער פֿון ליגן, נישטיקע רופֿאים זײַט איר אַלע.

הלװאי װאָלט איר שװײַגן געשװיגן, װאָלט דאָס פֿון אײַך אַ חכמה געװען.

הערט אַקאָרשט מײַן טענה, און די קריג פֿון מײַנע ליפּן פֿאַרנעמט.

װילט איר פֿאַר גאָט רעדן אומרעכט, און פֿאַר אים רעדן באַטרוג?

װילט איר זײַן פּנים שאַנעװען, צי װילט איר פֿאַר גאָט זיך קריגן?

װעט גוט זײַן אַז ער װעט אײַך אױספֿאָרשן?צי װי מע נאַרט אַ מענטשן װעט איר אים אָפּנאַרן?

שטראָפֿן װעט ער אײַך שטראָפֿן, אױב איר װעט אין פֿאַרבאָרגעניש שאַנעװען.

פֿאַר װאָר, זײַן גרױסקײט װעט אײַך דערשרעקן, און זײַן פּחד װעט פֿאַלן אױף אײַך.

אײַערע בײַשפּילן זײַנען געגליכן צו אַש, צו הױפֿנס לײם אײַערע רײד הױפֿנס.

לאָזט מיך אָפּ, און איך װעל רעדן, און זאָל קומען אױף מיר װאָס װיל.

מעג זײַן װאָס, איך װעל נעמען מײַן פֿלײש אין מײַנע צײן, און מײַן לעבן װעל איך אײַנשטעלן אין מײַן האַנט.

אָט װעט ער מיך טײטן – איך ריכט זיך אױף אים –אָבער מײַנע װעגן װעל איך אױפֿװײַזן פֿאַר אים.

שױן דאָס װעט מיר זײַן אַ הילף, װאָס פֿאַר אים קען קײן פֿאַלשער ניט קומען.

הערן הערט-צו מײַן װאָרט, און מײַן אַרױסזאָג מיט אײַערע אױערן.

אָט, איך בעט אײַך, לײג איך פֿאָר דעם משפּט;איך װײס אַז איך װעל זײַן גערעכט.

װער איז דער װאָס קען קריגן מיט מיר?װאָרום דענצמאָל װאָלט איך שװײַגן און פֿאַרגײן.

נאָר צװײ זאַכן זאָלסטו ניט טאָן מיט מיר, דענצמאָל װעל איך פֿאַר דײַן פּנים זיך ניט פֿאַרבאָרגן:

דײַן האַנט דערװײַטער פֿון מיר, און דײַן אימה זאָל מיך ניט שרעקן.

און רוף, און איך װעל דיר ענטפֿערן, צי איך װעל רעדן, און ענטפֿער דו מיר.

װיפֿיל האָב איך זינד און חטאים?מײַן פֿאַרברעך און מײַן חטא לאָז מיך װיסן.

פֿאַר װאָס פֿאַרבאָרגסטו דײַן פּנים, און רעכנסט מיך פֿאַר אַ שׂונא צו דיר?

צי אַ געטריבן בלאַט װילסטו אײַנשרעקן, און אַ פֿאַרטריקנטן שטרױ װילסטו נאָכיאָגן?

װאָס דו שרײַבסט מיר אָן ביטערנישן, און מאַכסט מיך יַרשען די זינד פֿון מײַן יוגנט;

און טוסט אַרײַן אין אַ קלאָץ מײַנע פֿיס, און היטסט אַלע מײַנע שטעגן;אַרום מײַנע פֿוסטריט גריבלסטו זיך.

און איך בין װי אַ לאָגל װאָס צעקריכט, װי אַ בגד װאָס מאָיל האָט אים צעפֿרעסן.

דער מענטש, געבאָרן פֿון אַ פֿרױ, האָט קורצע טעג און זאַט פֿאַרדראָס.

װי אַ בלום קומט ער אַרױס און װערט פֿאַרשניטן, און ער אַנטלױפֿט װי אַ שאָטן און באַשטײט ניט.

און אױף אַזעלכן האַלטסטו אָפֿן דײַנע אױגן?און מיך װילסטו ברענגען צום משפּט מיט דיר?

װער קען מאַכן רײן פֿון אומרײן?קײן אײנער ניט.

אױב זײַנע טעג זײַנען צוגעשניטן, די צאָל פֿון זײַנע חדשים איז בײַ דיר, גרענעצן האָסטו אים געמאַכט װאָס ער קען ניט אַריבער,

קער זיך אָפּ פֿון אים, כּדי ער זאָל האָבן רו, ביז ער װעט דערפֿילן װי אַ געדונגענער זײַן טאָג.

װאָרום פֿאַר אַ בױם איז דאָ אַ האָפֿענונג;אַז ער װערט אָפּגעשניטן, באַנײַט ער זיך װידער, און זײַן שפּראָץ הערט ניט אױף.

אַז אַלט אין דער ערד װערט זײַן װאָרצל, און אין שטױב שטאַרבט אָפּ זײַן שטאַם,

פֿון רֵיח פֿון װאַסער בליט ער אױף, און לאָזט ריטלעך אַרױס װי אַ פֿלאַנצונג.

אָבער אַ מאַן שטאַרבט און פֿאַלט אַװעק, און פֿאַרגאַנגען דער מענטש, און װוּ איז ער?

װאַסערן גײען אַװעק פֿון ים, און אַ טײַך װערט אױסגעטריקנט און טרוקן;

און דער מענטש לײגט זיך און שטײט ניט אױף;ביז קײן הימל װעט ניט זײַן װעלן זײ זיך ניט אױפֿכאַפּן, און ניט אױפֿװאַכן פֿון זײער שלאָף.

װען דו װאָלסט מיך אין אונטערערד באַהאַלטן, מיך פֿאַרבאָרגן ביז דײַן צאָרן װעט אָפּגײן, מיר שטעלן אַ צײַט, און זיך דערמאָנען אָן מיר! –

אַז אַ מענטש שטאַרבט, װעט ער דען לעבעדיק װערן? –אַלע טעג פֿון מײַן דינסטצײַט װאָלט איך געהאַרטביז מײַן אורלױב װעט קומען.

װאָלסט גערופֿן, און איך װאָלט דיר געענטפֿערט, װען דו װאָלסט געגלוסט צו דעם װערק פֿון דײַנע הענט.

אָבער אַצונד צײלסטו מײַנע טריט, װאַרטסט צו מאָל ניט אױף מײַן חטא.

פֿאַרחתמעט אין אַ בײַטל איז מײַן פֿאַרברעך, און דו לײגסט נאָך צו צו מײַן זינד.

יאָ פֿאַר װאָר, אַ געפֿאַלענער באַרג צעברעקלט זיך, און אַ פֿעלדז װערט פֿאַררוקט פֿון זײַן אָרט;

װאַסער צערײַבט שטײנער, אירע פֿלײצונגען שװענקען אַװעק דעם שטױב פֿון דער ערד;אַזױ ברענגסטו אונטער די האָפֿענונג פֿון דעם מענטשן.

שטאַרקסט אים אײביק איבער, און ער פֿאַרגײט, פֿאַרענדערסט זײַן פּנים, און שיקסט אים אַװעק.

זײַנע קינדער האָבן כּבֿוד, און ער װײס ניט, און זײ װערן צו קלײן, און ער מערקט זײ ניט.

נאָר זײַן פֿלײש װײטאָקט אױף אים, און זײַן זעל טרױערט אױף אים.

האָט געענטפֿערט אֶליפֿז דער תֵּימָני, און האָט געזאָגט:

װעט אַ חכם ענטפֿערן מיט קענשאַפֿט פֿון לופֿט, און אָנפֿילן מיט מזרח-װינט זײַן בױך?

טענהן רײד װאָס טױגן ניט, און װערטער װאָס מע ברענגט קײן נוץ ניט מיט זײ?

אױך פֿאַרשטערסטו די גאָטספֿאָרכטיקײט, און מינערסט די פֿרומקײט פֿאַר גאָט.

װאָרום דײַן זינד לערנט דײַן מױל, און קלײַבסט אױס די צונג פֿון די ליסטיקע.

דײַן אײגן מױל מאַכט דיך שולדיק, און ניט איך, און דײַנע ליפּן זאָגן עדות קעגן דיר.

ביסטו דער ערשטער מענטש געבאָרן געװאָרן?אָדער ביסטו פֿאַר די בערג באַשאַפֿן געװאָרן?

האָסטו דעם סָוד פֿון גאָט אײַנגעהערט, און אַװעקגענומען צו זיך די חכמה?

װאָס אַזױנס װײסטו, װאָס מיר װײסן ניט?פֿאַרשטײסטו, װאָס בײַ אונדז איז ניטאָ?

אי אַ גראָער קאָפּ אי אַ גרײַז איז דאָ צװישן אונדז, עלטער פֿון דײַן פֿאָטער אין טעג.

זײַנען דיר װינציק די טרײסטונגען פֿון גאָט, און דאָס װאָרט װאָס איז מילד צו דיר?

װאָס נעמט דיך דײַן האַרץ, און װאָס װינקען דײַנע אױגן,

אַז דו קערסט קעגן גאָט דײַן גײַסט, און לאָזט אַרױס רײד פֿון דײַן מױל?

װאָס איז אַ מענטש, אַז ער זאָל זײַן רײן?און קען דען גערעכט זײַן אַ געבאָרענער פֿון אַ פֿרױ?

זע, אין זײַנע הײליקע גלױבט ער ניט, און די הימלען זײַנען ניט רײן אין זײַנע אױגן,

הײַנט װי שױן דער אומװערדיקער און פֿאַרדאָרבענער, דער מענטש, װאָס טרינקט אומרעכט װי װאַסער?

איך װעל דיר באַשײדן, הער מיר צו, און װאָס איך האָב געזען װעל איך דערצײלן;

װאָס די חכמים גיבן איבער –און פֿאַרהױלן ניט – פֿון זײערע עלטערן,

װאָס צו זײ אַלײן איז געגעבן געװאָרן דאָס לאַנד, און קײן פֿרעמדער איז ניט דורכגעגאַנגען צװישן זײ.

אַלע זײַנע טעג איז אין ציטערניש דער רָשע, און געצײלטע יאָרן זײַנען אָנגעברײט דעם געװאַלטטוער.

אַ קָול פֿון אַנגסטן איז אין זײַנע אױערן:אין מיטן שלום װעט קומען אַ פֿאַרװיסטער אױף אים.

ער גלױבט ניט זיך אױסצודרײען פֿון פֿינצטערניש, און ער איז אױסגעקליבן פֿאַרן שװערד.

ער װאָגלט אום נאָך ברױט: װוּ איז עס?ער װײס אַז לעבן אים איז אָנגעברײט דער טאָג פֿון פֿינצטערניש.

אים שרעקן אַנגסט און דריקעניש, זײ כאַפּן אים אָן װי אַ מלך אָנגעברײט צום קריג.

װײַל ער האָט אױסגעשטרעקט קעגן גאָט זײַן האַנט, און קעגן אַלמאַכטיקן זיך געשטאַרקט;

געלאָפֿן קעגן אים מיט אַ שטאָלצן האַלדז, מיט די דיקע רוקנס פֿון זײַנע שילדן.

װײַל ער האָט באַדעקט זײַן פּנים מיט זײַן פֿעטס, און אָנגעלײגט פּלאָסטן אױפֿן לענד;

און ער האָט באַװױנט פֿאַרװיסטע שטעט, הײַזער װאָס מע זיצט ניט אין זײ, װאָס זײַנען געװען אָנגעברײט אױף הױפֿנס.

ער װעט ניט רײַך זײַן, און ניט באַשטײן װעט זײַן פֿאַרמעג, און ניט נײַגן װעט זיך צו דער ערד זײער תּבֿואה.

ער װעט זיך ניט אָפּטאָן פֿון פֿינצטערניש;זײַן שפּראָץ װעט פֿאַרטריקענען אַ פֿלאַם,

און ער װעט אָפּגעטאָן װערן דורך אַ הױך פֿון זײַן מױל. זאָל ניט טרױען אױף נישט דער פֿאַרנאַרטער, װאָרום נישט װעט זײַן זײַן אײַנבײַט.

אײדער זײַן טאָג קומט, װעט עס דערפֿילט װערן, און זײַן צװײַג װעט ניט גרין זײַן.

ער װעט אָפּשאָקלען װי אַ װײַנשטאָק זײַן אומצײַטיקס, און אַראָפּװאַרפֿן װי אַן אײלבערטבױם זײַן בליִונג.

װאָרום דאָס געזעמל פֿון די זינדיקע בלײַבט װיסט, און אַ פֿײַער פֿאַרצערט די געצעלטן פֿון שוחד.

זײ טראָגן אומרעכט און געבערן אומגליק, און זײער לײַב ברײט אָן פֿאַר זיך אָפּנאַרונג.

האָט געענטפֿערט אִיובֿ, און האָט געזאָגט:

איך האָב געהערט פֿיל אַזױנס;צרהדיקע טרײסטער זײַט איר אַלע.

װעט זײַן אַ סָוף צו די װינטיקע רײד?אָדער װאָס שפּאַרט דיך אַז דו זאָלסט ענטפֿערן?

איך װאָלט אױך געקענט רעדן װי איראַז איר װאָלט געװען אױף מײַן אָרט;איך װאָלט געקניפּט װערטער אױף אײַך, און געשאָקלט אױף אײַך מײַן קאָפּ.

איך װאָלט אײַך געשטאַרקט מיט מײַן מױל, און דער באַדױער פֿון מײַנע ליפּן װאָלט אײַך געלינדערט.

אַז סײַ איך רעד, װערט ניט געמינערט מײַן װײטאָג, און סײַ איך הער אױף, גײט ער פֿון מיר ניט אַװעק;

פֿאַר װאָר, אַצונד האָט ער מיך פֿאַרמאַטערט; האָסט צעגרױלט מײַן גאַנצע געזעלנשאַפֿט.

און האָסט מיך צעקנײטשט –צום עדות איז עס געװאָרן;און מײַן מאָגערקײט שטײט אױף קעגן מיר, מיר אין פּנים קלאָגט זי אָן.

זײַן צאָרן האָט פֿאַרצוקט מיט פֿײַנטשאַפֿט, ער האָט געקריצט אױף מיר מיט זײַנע צײן;מײַן שׂונא שלײַפֿט זײַנע אױגן אױף מיר.

מע שפּאַרט אױף דאָס מױל אױף מיר, מיט שאַנד פּאַטשט מען מײַנע באַקן;אין אײנעם קלײַבן זײ זיך אױף מיר.

גאָט ענטפֿערט מיך איבער צום פֿאַרברעכער, און אין די הענט פֿון רשָעים װאַרפֿט ער מיך.

רויִק בין איך געװען, און ער האָט מיך צעברעקלט, און מיך אָנגענומען בײַם געניק, און מיך צעפּיצלט;און ער האָט מיך אױפֿגעשטעלט פֿאַר זײַן צילברעט.

מיך רינגלען אַרום זײַנע שיסער, ער שפּאַלט מײַנע נירן, און דערבאַרימט ניט, ער גיסט אױס צו דער ערד מײַן גאַל.

ער צעברעכט מיך אַ בראָך אױף אַ בראָך, ער לױפֿט קעגן מיר װי אַ קריגסמאַן.

זאַק האָב איך אױפֿגענײט אױף מײַן הױט, און געװעלגערט אין אַש מײַן האָרן.

מײַן פּנים איז רױט פֿון געװײן, און אױף מײַנע ברעמען איז שאָטן פֿון טױט,

פֿאַר קײן אומרעכט, ניט אין מײַנע הענט, בעת מײַן תּפֿילה איז רײן.

ערד, זאָלסט ניט צודעקן מײַן בלוט, און זאָל ניט קײן אָרט זײַן פֿאַר מײַן געשרײ!

אַפֿילו איצט אָט איז אין הימל מײַן עדות, און מײַן עדוט-זאָגער איז אין דער הײך.

מײַנע פֿירשפּרעכער זײַנען מײַנע געדאַנקען; צו גאָט טוט טריפֿן מײַן אױג,

אַז ער זאָל משפּטן צװישן אַ מאַן מיט גאָט, װי צװישן אַ מענטשנקינד און זײַן חבֿר.

װאָרום די געצײלטע יאָרן גײען, און איך װעל אַװעק אױף אַ װעג פֿון װאַנען איך װעלזיך ניט אומקערן.

מײַן געמיט איז צעװײטאָקט, מײַנע טעג זײַנען פֿאַרלאָשן, דער קבֿר איז פֿאַר מיר.

פֿאַר װאָר, שפּעטער זײַנען מיט מיר, און אױף זײער ערגערן מוז רוען מײַן אױג.

קער זיך צו, איך בעט דיך, זײַ עָרבֿ פֿאַר מיר בײַ דיר אַלײן;װער דען זאָל מיר אַ האַנטשלאָג געבן?

װאָרום זײער האַרץ האָסטו פֿאַרבאָרגן פֿון שׂכל, צום ריכטיקן טוסטו זײ ניט דערהײבן.

דער װאָס מַסרט פֿון חניפֿה װעגן חבֿרים, אַזש אױסגײן זאָלן די אױגן פֿון זײַנע קינדער!

יאָ, ער האָט מיך געשטעלט פֿאַר אַ װערטל בײַ לײַט, און צו שפּײַען אין פּנים בין איך געװאָרן.

און טונקל פֿון ערגערניש איז מײַן אױג, און מײַנע גלידער זײַנען װי אַ שאָטן אַלע.

די רעכטפֿאַרטיקע װערן צעגרױלט דעריבער, און דער אומשולדיקער װערט אױפֿן זינדיקן אױפֿגעבראַכט.

און דער גערעכטער זאָל אָנהאַלטן זײַן װעג, און דער װאָס האָט רײנע הענט זאָל מערן שטאַרקײט!

איר אַלע אָבער קומט אַקאָרשט װידער אַהער, און איך װעל ניט געפֿינען אַ קלוגן צװישן אײַך.

מײַנע טעג זײַנען פֿאַרגאַנגען, מײַנע געדאַנקען זײַנען צעריסן –די טראַכטענישן פֿון מײַן האַרצן.

נאַכט פֿאַר טאָג מאַכן זײ:„נאָנט איז דאָס ליכט װײַל עס איז פֿינצטער”.

אַז איך ריכט זיך אױף דער אונטערערד װי מײַן הײם, אין פֿינצטערניש בעט איך אױס מײַן געלעגער,

צום קבֿר רוף איך: „ביסט מײַן פֿאָטער!”„מײַן מוטער און מײַן שװעסטער” צום װאָרעם,

הײַנט װוּ דען איז מײַן האָפֿענונג?יאָ, מײַן האָפֿענונג װער װעט זי אָנזען?

צו די ריגלען פֿון אונטערערד װעט זי נידערן, װען אין אײנעם אין שטױב װעלן מיר רוען.

האָט געענטפֿערט בִלדַד דער שוחי, און האָט געזאָגט:

ביז װאַנען װעט איר מאַכן געיעגן אױף װערטער?באַטראַכט, און דערנאָך װעלן מיר רעדן.

פֿאַר װאָס װערן מיר גערעכנט װי בהמות, געהאַלטן פֿאַר פֿאַרשטאָפּט אין אײַערע אױגן?

דו װאָס פֿאַרצוקסט זיך אַלײן אין דײַן צאָרן, זאָל פֿון דײַנעט װעגן פֿאַרלאָזט װערן די ערד, און אַ פֿעלדז אַװעקגערוקט װערן פֿון זײַן אָרט?

יאָ, דאָס ליכט פֿון די רשָעים װעט פֿאַרלאָשן װערן, און ניט שײַנען װעט דער פֿונק פֿון זײַן פֿײַער.

די ליכטיקײט װעט פֿינצטער װערן אין זײַן געצעלט, און זײַן ליכט װעט פֿאַרלאָשן װערן איבער אים.

די שפּרײַזן פֿון זײַן מאַכט װעלן געענגט װערן, און אים װעט אַנידערװאַרפֿן זײַן אײגענע עצה.

װאָרום ער װערט געטריבן פֿון זײַנע פֿיס אין דער נעץ, און אױף אַ פּאַסטקע גײט ער אום.

כאַפּן פֿאַרן טריט װעט אַ פֿאַנגנעץ, פֿעסט װעט אים האַלטן דער קנופּ.

באַהאַלטן אין דער ערד איז אַ שטריק פֿאַר אים, און אַ כאַפּשטײַג פֿאַר אים איז אױפֿן שטעג.

רונד אַרום גרױלן אים שרעקענישן, און זײ יאָגן אים אױף זײַנע טריט.

הונגעריק װעט זײַן זײַן אומגליק, און דער בראָך איז אָנגעברײט בײַ זײַן זײַט.

אױפֿעסן װעט די גלידער פֿון זײַן לײַב, אױפֿעסן װעט זײַנע גלידער דער בכָור פֿון טױט.

אױסגעריסן װעט װערן פֿון זײַן געצעלט זײַן פֿאַרזיכערונג, און עס װעט אים מאַכן שפּרײַזן צו דעם מלך פֿון שרעקעניש.

רוען װעט אין זײַן געצעלט ניט זײַן האָב;אױף זײַן װױנונג װעט אױסגעשפּרײט װערן שװעבל.

פֿון אונטן װעלן טריקענען זײַנע װאָרצלען, און פֿון אױבן װעט פֿאַרװעלקט װערן זײַן צװײַג.

זײַן זכר גײט אונטער פֿון דער ערד, און ער האָט ניט קײן נאָמען דערױסן.

מע װעט אים שטױסן פֿון ליכט אין פֿינצטערנישאון פֿון דער װעלט װעט מען אים פֿאַרװאָגלען.

ער האָט ניט קײן קינד און קײן אײניקל צװישן זײַן פֿאָלק, און קײן איבערבלײַב אין זײַנע װױנונגען.

איבער זײַן שטראָפֿטאָג װערן צעגרױלט די שפּעטערדיקע, און די פֿריִערדיקע נעמט אָן אַ שױדער.

יאָ, דאָס זײַנען די װױנונגען פֿון דעם פֿאַרברעכער, און דאָס איז דער אָרט פֿון דעם װאָס װײס ניט פֿון גאָט.

האָט געענטפֿערט אִיובֿ, און האָט געזאָגט:

ביז װאַנען װעט איר באַטריבן מײַן זעל, און מיך צעדריקן מיט װערטער?

שױן צען מאָל אַז איר באַלײדיקט מיך, איר שעמט אײַך ניט מיך צו פּײַניקן.

און אַז איך האָב שױן יאָ פֿאַרזען, װעט בײַ מיר דאָך בלײַבן מײַן פֿאַרזע.

אױב איר װילט אין דער אמת זיך גרײסן קעגן מיר, און מיר פֿאָרװאַרפֿן מײַן שאַנד,

טאָ װײסט אַז גאָט האָט מיך געקריװדעט, און זײַן נעץ אַרומגעלײגט אַרום מיר.

אָט שרײַ איך געװאַלט, און װער ניט געענטפֿערט, איך רוף, און ניטאָ קײן גערעכטיקײט.

מײַן װעג האָט ער פֿאַרצאַמט, אַז איך קען ניט דורכגײן, און אױף מײַנע שטעגן האָט ער אַ פֿינצטערניש אַרױפֿגעטאָן.

מײַן כּבֿוד האָט ער אױסגעטאָן פֿון מיר, און אַראָפּגענומען די קרױן פֿון מײַן קאָפּ.

ער צעשטױסט מיך רונד אַרום, אַז איך פֿאַרגײ, און ער האָט אױסגעריסן װי אַ בױם מײַן האָפֿענונג.

און ער האָט אָנגעצונדן זײַן צאָרן אױף מיר, און ער רעכנט מיך פֿאַר זײַנעם אַ שׂונא.

אין אײנעם קומען אױף מיר זײַנע מחנות, און זײ טרעטן אױס זײער װעג קעגן מיר, און זײ לאַגערן אַרום מײַן געצעלט.

מײַנע ברידער האָט ער דערװײַטערט פֿון מיר, און מײַנע באַקענטע זײַנען אין גאַנצן פֿאַרפֿרעמדט פֿון מיר.

Continue reading Job in Yiddish

Yiddish translation by Yehoash (Shloyme Blumgarten, 1872–1927), from his translation of the Tanakh published by the Yehoash Farlag Gezelshaft, 1941; public domain.

Yiddish text digitized by the Yehoyesh Project (Itsik “Robert” Goldenberg and others, 1998–2006, under the direction of Leonard Prager), shared with the Open Siddur Project and imported by Sefaria; public domain.

Support Der Leyner