Repentance
תשובה
by I. J. Singer
The full Yiddish text, read sentence by sentence with the English alongside, a click-through dictionary, and a tutor that checks your translation.
ביים רבי'ן ר' יחזקאל אין קאזמיר האט מען שטארק געהאלטן פון שמחה.
דער רבי ר' יחזקאל איז געווען א ייד אַ גבר, העכער און ברייטער פון אלע חסידים זיינע.
אויף א יום־טוב איז דער בית־המדרש אין קאָזמירער הויף געווען געפאקט, האט זיך פון גאנצן עולם חסידים ארויסגעזען דעם רבינס קאפ, איבערגעדעקט מיט דער זילבער־אויסגעשטיקטער עטרה פון טלית.
ס'האט אויסגעזען ווי דעם רבינס קאפ איז א זילבערנע קרוין איבער דעם גאנצן עולם.
פון ר' יחזקאלס חפצים זענען פארבליבן ביז היינטיגן טאג נישט מער ווי א ביינערנער שטעקן און א ווייס־אַטלעסענער כאַלאַט, וואס שפיליעט זיך צו נישט מיט קנעפ, נאר מיט זילבערנע האַקנס.
דער קאפ פון שטעקן איז אזוי הויך, אז קיינער קאן אים נישט באנוצן אין גאנג.
דעם ווייסן אַטלעסענעם כאַלאַט טוט אן ר' יחזקאלס אן אייניקל, א גוטער ייד, יעדן ראש־השנה צום שופר־בלאזן.
אבער די פאלעס שלעפן זיך נאך א שטיק אויף דער ערד, די חסידים לייגן אויס היי אויף דער פארלאגע, כדי דעם אלטנס כאַלאַט זאל זיך נישט וואלגערן אויף דער ערד.
אין קאָזמירער הויף האט מען אויך געהאלטן פון עסן.
— עסן — האט ר' יחזקאל געזאגט — איז אן ענין.
נישט יעדער פארשטייט דעם סוד פון עסן. —
געפאסט האט מען אין קאָזמירער הויף נאר אום יום־כפור.
אפילו אין תשעה־באב פלעגט מען צובייסן.
טאמער האט אמאל א חסיד־שוטה געהאט א שלעכטן חלום און דוקה געוואלט פאסטן, האט ער זיך געמוזט אריבערשיפן איבער דער ווייסל אויף דעם אנדערן ברעג קאזמיר.
ביים רבי'ן אין הויף האט מען רק געטאנצט, געמאכט סעודות, געטרונקן מעד און געזונגען.
אלע האבען געזונגען, דער רבי, דעם רבינס קינדער, די חסידים.
דער רבי פלעגט זאגן:
— נישט דאס לערנען איז דער עיקר, נאר דער ניגון פון דער תפילה.
מאכט זיך איינמאל א מעשה, אז קיין קאזמיר אויף שבת־תשובה קומט צופארן דער רבי ר' נפתל'טשע אפטער, ר' יחזקאלס קאזמירס גרעסטער מתנגד.
דער רבי ר' נפתל'טשע אפטער איז געווען פונקט דער היפוך פון קאָזמירער.
ער איז געווען א ייד א חלוש, א דארער, א קליינער, א שוואכער, הויט און ביין.
ער האט געפאסט פון שבת צו שבת.
בלויז פארנאכט האט ער אנגעביסן, און געגעסן האט ער נישט מער ווי א לייכט ביסעלע יויך, פול באשיט מיט זאלץ.
בלויז שבת האט ער געגעסן פיש און פלייש — אן אויג פון א פיש און א פאדים פון פלייש.
אז ער האט געגעסן, האט מען דורכן דינעם האלז דורכגעזען יעדן ביסן.
געשלאפן איז דער רבי ר' נפתלטשע נישט מער ווי צוויי שעה ביינאכט.
דאס איבריקע איז ער געזעסן און געלערנט.
געלערנט האט ער אן א ניגון, אן א געזאנג.
ער האט בלויז געמירמעלט, געברומט.
אין איין האנט האט ער געהאלטן א חלב ליכט, וואס האט געציטערט ביי אים אין דער האנט און פארגאסן מיט חלב די בלעטער; מיט דער אנדערער האנט האט ער געבלעטערט די געלע באפלעקטע בלעטער פון די מוסר־ספרים.
טרערן האבן זיך געגאסן פון זיינע אויסגעוויינטע אויגן איבער די דארע־פארמעט־קאלירענע באקן און אראפגעפאלן אין די אלטע בלעטער, וואס האבן געשמעקט מיט חלב, שמעק־טאבעק, טרערן, האר און מילבן.
ער האט געלערנט צום טויזנטן מאל:
— "שבעה מדורי גיהנם, זיבן קאמערן זענען פאראן אין גיהנום.
דאס פייער פון ערשטן קאמער איז שטארקער זעכציג מאל פון אונזער פייער; דאס פייער פון דער צווייטער קאמער איז שטארקער זעכציג מאל פון פייער פון ערשטן קאמער; דאס פייער פון דריטן איז שטארקער זעכציג מאל...
קומט אויס אז דאס פייער פון זיבעטן מדור איז שטארקער זיבן מאל זעכציג מאל פון אונזער פייער.
"און וואויל איז שוין צו די, וואס ווערן מגולגל אין פיש און אין ביימער, אין גראזן און אין חיות; און נשמות זענען פאראן, וואס וואלגערן זיך אין עולם־התוהו, און אזעלכע וואס ווערן געווארפן אין כף־הקלע און זייער צער איז זייער גרויס. —
ער האט זיך אינגאנצן אפגעשיידט פון דער וועלט, דער רבי ר' נפתלטשע.
ער האט נישט געקענט זיין ווייב אפילו, און אפגעשיידט זיך פון איר.
אבער מחשבות, שלעכטע געדאנקען, האבן אים געפייניגט, נישט אפגעלאזט גאר, איבערהויפט אין די נעכט.
תמיד, ווי נאר ער האט זיך אוועקגעזעצט צום ספר, האבן זיך ארומגערינגעלט ארום אים כלערליי נפשות, אין געשטאלט פון ווייבער.
ער האט פארמאכט די אויגן, אבער וואס מער ער האט איינגעקוועטשט די אויגן, אלץ מער האבן זיי זיך אים געוויזן.
זיי האבן פאנאנדערגעלאזן די האר, געזונגען מיט זיסע קולות, געטאנצט פארשייטע טענץ און אים געכאפט אין זייערע גלוסטיגע ארעמס, געגלעט זיין שיטער בערדל, געקרייזלט זיינע הארטע גלאטע פיאות.
ער איז אנטלאפן פון זיי אין דער פינצטערער מקוה, וואס אין ווינקל הויף.
ער האט זיך אראפגעלאזט איבער די שמאלע גליטשיקע טרעפ און מיט'ן גאנצן אימפעט אונטערגעטונקט זיין קליין גופל אין קאלטן, שווארצן און שניידענדיקן וואסער.
נאר אנשטאט אין וואסער איז זיין קאפ געפאלן אין ווארעמען בעטגעוואנט, אין ווייסע פוכן, אויף זיידענע קישענס; א גלוסטיגע פרוי, אינגאנצן נאַקעט, האט אים איינגעשלאסן אין אירע ווייכע ארעמס — ער האט נאך מער זיך געפייניגט, אפילו פארנאכט אויפגעהערט אנצובייסן.
די אויגן זענען ביי אים צוגאנגען אין טרערן, נאר עס איז געקומען דער יצר־הרע און געשפעט פון אים:
— שוטה — האט ער אים געזאגט — האסט אוועקגעווארפן דיין כשר ווייב כדי צו זינדיגן מיט שדיכעס און אויסגעלאסענע.
האסט אוועקגעלאזט דיין פשוט בעט פון שטרוי און פעדערן, כדי צו ליגן אויף זייד און פוך..
דער רבי ר' נפתל'טשע האט אזויפיל געוויינט, אז זיינע אויגן האבן שוין אנגעהויבן זיך אויסטרערן.
ער האט געוואלט בלינד ווערן, כדי מער נישט זען.
נאר דער יצר־הרע האט ווידער געשפעט פון אים.
— שוטה — האט ער אים געזאגט — ווילסט פטור ווערן פון דיינע מענטשלעכע אויגן, כדי דערנאך צו זען מיט'ן דמיון טויזנט מאל שטארקער און ווייטער...
האט ער זיך מישב געווען, דער רבי ר' נפתלטשע, און ער איז אוועק קיין קאזמיר.
— אויב פאסטן און פייניגן זיך טויג נישט — האט ער געטראכט — אפשר איז ר' יחזקאל גערעכט. —
און ער האט גענומען אַ טארבעלע אויף די פלייצעס, דעם טלית און תפילין אונטערן ארעם און ער איז אוועק קיין קאזמיר אויף שבת־תשובה. —
אז מען האט זיך דערוויסט אין קאָזמירער בית־המדרש, אז דעם רבינס מתנגד דער רבי ר' נפתלטשע איז געקומען אויף שבת צום רבי ר' יחזקאל, איז די שמחה געווען גרויס.
ר' מאטיע גדול, דער משמש, האט זיך געגלעט די בארד מיט גדלות.
— זיי וועלן אלע מוזן קומען אהער — האט ער געזאגט צו די חסידים — מיר'ן עס נאך דערלעבן.
געקומען איז דער רבי ר' נפתלטשע פרייטיג און ער האט גלייך געוואלט אריין צום רבי'ן, נאר דער קאזמירער האט אים נישט באלד אנגענומען.
ער איז בעסער געגאנגען אין מרחץ אריין.
אין מרחץ איז ער לאנג געזעסן.
ער איז ארויפגעקראכן אויף דער העכסטער באנק, געשריגן, מ'זאל אויסגיסן אלע שעפלעך וואסער אויף די שטיינער.
אלע חסידים זענען אראפגעלאפן פון די בענק, ווארן זיי האבן נישט געקענט פאטראגן די היץ, נאר דער רבי האט געלאכט פון זיי.
— שוטים — האט ער געזאגט — וואס וועט איר טאן אין גיהנום...?
נאכן מרחץ איז ער אריין צו זיך אין שטוב, געלעגט זיך שלאפן אויף דעם לעדערנעם געבעטן באנק־בעטל און קיין איין ווארט נישט דערמאנט וועגן דעם רבין ר' נפתלטשע.
ערשט נאכן שלאף האט ער געהייסן זיך אריינברענגן די שבת'דיגע פיש צום פארזוכן און זיך דערמאנט אויך אן רבי'ן ר' נפתלטשע.
— מאטיע — האט ער געזאגט צום משמש — ברענג אריין די מאכלים, און אינאיינוועגס ר' נפתלטשן שוין אויך...
ער האט געהאט א מנהג, דער רבי ר' יחזקאל, צו פארזוכן פרייטיג די שבת'דיגע פיש.
ער האט געזאגט:
— וטועמיה חיים זכו — די וואס פארזוכן, זענען זוכה צו לעבן. —
און ער האט אויך געהאט א מנהג אליין אנצושלייפן זיך דאס פערלמוטערנע גרויסע מוציא־מעסער און שניידן אליין די שבת'דיגע ציבעלעס.
אזא מנהג איז שוין געווען אין קאזמיר. —
אז דער רבי ר' נפתלטשע איז אריינגעקומען, האט אים דער רבי באגעגנט מיט שמחה.
— ברוך הבא!
— האט ער אים געזאגט, און מיט אזא הויך קול, אז ר' נפתלטשע האט אזש א ציטער געטאן.
— און באלד דערויף האט ער אים אויסגעשטעקט א האנט, און ר' נפתלטשע האט זיך אינגאנצן איינגעקורטשעט פון ווייטאג. —
— וואס וועט איר זאגן גוטס, ר' נפתלטשע? —
— קומען פרעגן אן עצה ווי אזוי תשובה צו טאן — האט ר' נפתלטשע שטיל געענטפערט.
— תשובה טאן?
— האט ר' יחזקאל געזאגט פריילעך — נעמט א טרונק בראנפן.
תשובה איז דער טייטש, ווידערקערן — אז א ייד נעמט נאך א טרונק בראנפן, טוט ער "ווידער־קערן"...
און גלייך דארויף האט ער אנגעגאסן צוויי זילבערנע בעכערס מיט אָקיוויט, אין וועלכן עס האבן ארומגעשווימען גווירץ, בלעטלעך און פעפערלעך.
— לחיים — האט ער געזאגט — לאמיר טאן תשובה צוזאמען, ר' נפתלטשע. —
ר' יחזקאל האט אויסגעזופט דעם בעכער מיט אמאל.
ר' נפתלטשע האט זיך צוהוסט ביים בלויזן ריח נאר, נאר ר' יחזקאל האט אים נישט געלאזט אוועקשטעלן דעם בעכער.
— ר' נפתלטשע — האט ער געזאגט — מען וועט ערשט דארפן לערנען מיט אייך דעם סוד פון עסן...
נעמט א שטיקל פיש.
און ער האט דערלאנגט אים א גרויסן שטארק־געפעפערטן קארפן־קאפ.
— דאס איז דער רביצינס ארבעט אליין — האט ער געזאגט מיט א שמייכל — זי איז א גרויסע בריה און אירע פיש האבן א זעכציקסטעל טעם פון לויתן...
ר' נפתלטשען איז דער ערשטער ביסן געבליבן שטעקן אין האלז, נאר ר' יחזקאל האט אים נישט געלאזט זיצן ליידיג.
— שווער תשובה צו טאן — האט ער געזאגט — נאר מ'מוז.. —
דערנאך האט ער אים אריינגעפירט אין אנדערן חדר, געהייסן צולייגן זיך אויף זיין לעדערן באנק־בעטל.
ר' נפתלטשע האט נישט געוואלט.
— שלאפן בייטאג?
— האט ער זיך געוואונדערט — און נאך ערב־שבת? —
ר' יחזקאל האט אים באפוילן, גענויט זיך צולייגן.
— גלייכער שלאפן א מעת־לעת איידער טראכטן א רגע — האט ר' יחזקאל געזאגט און ער האט צוגעמאכט נאך זיך די טיר.
איבער עשרת ימי־תשובה האט ר' יחזקאל געלערנט ר' נפתלטשע'ן דעם סוד פון עסן, דעם זין פון שמחה.
טאג ביי טאג האט מען אין הויף געמאכט סעודות, וויין און מעד האט זיך געגאסן.
די געזאנגען האבן געהילכט איבערן גאנצן שטעטל און געטראגן זיך צווישן די בערג, איבער דער ווייסל.
— מחשבות האט איר, ר' נפתלטשע?
— האט דער רבי ר' יחזקאל אים אלע טאג געפרעגט.
— ווינציגער — האט ר' נפתלטשע געענטפערט.
— נעמט זשע נאך א גלעזל מער — האט ר' יחזקאל געזאגט און אכטונג געגעבן ער זאל אויסטרינקען.
און גלייך דערנאך האט ער אים געפירט צו זיין לעדערנעם באנק־בעטל.
— שלאפן!
— האט ער באפוילן — פשוטע יידן דארפן שלאפן בייטאג נאר אין שבת, און גוטע יידן א גאנצע וואך... —
אז ס'איז געקומען ערב־יום־כפור, האט ר' יחזקאל נישט אפגעלאזט ר' נפתלטשן פון זיך אויף קיין מינוט.
ער האט אלע מאל דערלאנגט עפעס אנדעריש:
— נעמט ר' נפתלטשע, יעדער ביסן איז א שטיק מצוה; מען שלינגט מצוות.
און אין יום־כפור אליין איז אין קאזמיר געווען די גרעסטע שמחה.
דער רבי ר' יחזקאל האט אליין געדאוונט פארן עמוד, אלץ האט ער אליין געדאוונט: כל־נדרי און שחרית, און מוסף, און מנחה, און נעילה.
א גאנצן טאג איז ער געשטאנען אויף די פיס, זיך נישט צוגעזעצט אויף קיין וויילע און נישט אויפגעהערט זינגען.
אלע תפלות האט מען אין קאזמיר געזונגען.
אפילו ונתנה־תוקף.
דאס בית־המדרש איז געווען געפאקט, פול מיט יידן אין טליתים און קיטלען.
און איבער אלעמען האט זיך ארויסגעזען דעם רבינס קאפ, אנגעטאן אין א גאלד־געשטיקטער יארמעלקע, ווי א קרוין איבער דעם גאנצן עולם.
ער האט געזונגען הויך, מיט א מעכטיק שטארק קול.
גלייך ביי כל־נדרי ווי ביי נעילה, נאך א גאנצן מעת־לעת פאסטן.
ארום אים זענען געשטאנען די קינדער, אייניקלעך, אלע אין זייד און אין סאמעט און אונטערגעהאלפן דעם רבין.
די קולות האבן זיך געריסן פון בית־המדרש איבערן שטעטל, אנגעשלאגן זיך אין די בערג, אין דער ווייסל, און דער גאנצער עולם האט מיטגעזונגען, צוגעטאנצט, און ביי דער טיר זענען געשטאנען די ווייבער, די רביצין מיט די טעכטער און שנירן, אלע אין ווייסע זיידענע קליידער, אין גאלד־געשטיקטע ברוסט־טיכלעך, אין בריליאנטינע שטערן־טיכלעך, אין ווייסע הייבלעך און אין פערל און געשעפטשעט שטילע תפלות —
ר' נפתל'טשע האט זיך געבויגן ביז דער ערד.
ער האט געוואלט כאטש איין טרער לאזן, איין געדאנק פון תשובה האבן, נאר די קולות און די געזאנגען האבן אים באטויבט און ער האט גארנישט געקענט טראכטן..
אז ס'איז געקומען מוצאי־יום־כפור, האט דער עולם ארויסגענומען די פארבליבענע שטיקער ליכט פון די קאסטענס און ארויס אויפ'ן הויף מחדש זיין די לבנה.
די לבנה איז געווען א שיינענע, א העלע און יידן האבן זיך געפרייט.
— שלום־עליכם!
— האבן יידן ענטקעגנגעטאנצט איינער דעם אנדערן — סימן טוב ומזל טוב. —
דער רבי ר' יחזקאל איז געשטאנען אין דער מיט, באלויכטן פון דער לבנה און האט אינגאנצן געשיינט.
— שלום־עליכם!
— האט ער מיט א הויך קול אויסגערופן צו ר' נפתלטשן און אים א כאפ געטאן ביי דער האנט, ווי ער וואלט אים כאפן צו א רקודל — נאר אין דעם אויגענבליק האט זיך ר' נפתלטשע געטאן א טרייסל און אוועקגעפאלן אויף דער ערד אן חיות, אן אטעם אפילו.
ער איז איין רגע געווען קאלט, ווי דאס פייכטע גלאז, אויף וועלכן ער איז געלעגן...
אין בית־המדרש הויף איז געווארן א רעש.
הונדערטער חסידים האבן זיך געווארפן צו דער ערד, צום ארט, וואו ר' נפתלטשעס קליין גופל איז געלעגן אין קיטל און אין טלית..
יעדער האט געוואלט זיך צורירן צו אים, און אלע צוזאמען האבן געכאפט דאס קליינע גופל און אים אריינגעטראגן אין בית־המדרש און אים אנידערגעלייגט אויפ'ן שולחן, וואו מען לייענט די תורה.
חסידים זענען נישט געגאנגען איבערבייסן נאכן תענית, און טייל האבן אפילו אנגעהויבן וויינען.
מען האט נישט געוואוסט וואס צו טאן. —
נאר אין דעם אויגענבליק האט זיך געעפנט די טיר פון רבינס שטוב.
דער רבי, א גרויסער, א שיינענדיגער, גלייך קיין זאך וואלט נישט פארגעקומען, איז געשטאנען אין טיר, און באטראכט דעם עולם איבער די קעפ און געזאגט הויך:
— ווער ס'וויל וויינען, זאל זיך אריבערשיפן אויף דער אנדערער זייט ווייסל.
אין קאזמיר וויינט מען נישט! —
און אלע חסידים, פארוואונדערטע, דערשטוינטע, זענען גלייך אריין אין רבינס שטוב און אויסגעזעצט זיך און ארומגעשטעלט זיך ארום טיש. —
דער טיש איז געווען ווי יעדעס מאל בארעקט מיט זילבער און גאלד, אנגעשטעלט מיט אסאך לייכטער, שבתניקעס און מיט אסך פארשימעלטע אלטע פלאשן וויין און מעד.
ארום די פלעשער האבן זיך געטוליעט וויינטרויבן, בארן, קאוואנעס און אפילו עטלעכע מילגרוימען.
דער רבי האט געגעסן, געטרונקן, פארזוכט פון אלעמען און געטיילט שיריים, געטיילט אסך, ברווח ווי אלע מאל.
ארום זענען געזעסן די קינדער, די אייניקלעך און געזונגען מיט הויכע קולות.
דערנאך האט דער רבי אליין געזונגען און געהייסן די חסידים זאלן אים אונטערהעלפן. —
ערשט פאר טאגס, אז דער מארגענשטערן האט שוין גענומען אריינשיינען און די ליכט האבן אנגעהויבן בלאס ווערן, האט ר' מאטיע גדול געגעבן א צייכן מיט דער האנד, אז דער רבי וויל זאגן, און אלע האבן זיך צוגערוקט, ארויפגעלייגט זיך איינער דעם אנדערן אויף די פלייצעס.
לאנג האט געדויערט ביז דער רבי האט אנגעהויבן זאגן א ווארט.
ער האט זיך כסדר געשפילט מיט'ן גילדערנעם זייגערל, וואס איז געלעגן פאר אים אויפן טיש; ער האט געוואויגען אין דער האנד א שווער שטענגל רייפע וויינטרויבן, און ווי ער וואלט וועלן אפשאצן די וואג דערפון, און ער האט אונטערגעברומט א "תניעהלע." —
ערשט, אז ער האט שוין דאס גאנצע תניעהלע געענדיגט און אויסגעהערט יעדן ווידערקול, וואס האט זיך געטראגן אין דער פארטאגיקער לופט, האט ער געעפענט דאס מויל און ווייך געזאגט:
— איך האב אים געוואלט אויסלערנען דעם סוד פון שמחה, נאר ער האט עס נישט געקענט משיג זיין.
ער האט א קוק געטאן צו דער טיר פון בית־המדרש, וואו ר' נפתלטשעס קליין גופל איז געלעגן איינגעהילט אין טלית און קיטל, און ער האט פארענדיגט:
— שוין צופיל, אפנים, געווען איינגעטונקט אין דער מרה־שחורא...
Yiddish text by I. J. Singer (1893–1944).